דאס געפיל פאר 'טשאריטי' - פון גרשום באדער

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

דאס געפיל פאר 'טשאריטי' - פון גרשום באדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאך א לאנגער דעבאטע מיט זיך אליין, ביי וועלכע זי האט זייער פיל דעבאטירט דאפיר און דאגעגען, האט זיך מס. געלבשטיין אנטשלאסען אוועק צו שענקען די בלויע סילק דרעס אירע צו דער הויזקיפערין.

די קלייד איז שוין אן אלטען, נישט מער אין סטיל. אבער דאס איז נישט געווען דער אמת'ער גרונד פון איר באשלוס די קלייד אוועק צו שענקען.

ביי א פארזאמלונג פון דער 'לעידיס אקזיליערי אוו דע אינדעפענדענט האזבענדס' האט די טשערליידי גערעדט וועגען טשאריטי און האט זיך גערימט מיט אירע אויפטון. האט עס די מס. געלבשטיין זייער פארדראסען וואס יענע רימט זיך אזוי שטארק מיט איר גוטסקייט. דערנאך האט זי איינגעזען אז ווען זי וויל אפענטפערען דער טשערליידי פאר אירע בארימערייען, מוז זי אליין עפעס אויפטון א גרויסע זאך, האט זי דאדורך באשלאסען אוועק צו שענקען איינער פון אירע אלטע קליידער.

אהיימקומענדיג פון דער פארזאמלונג, האט דאן מס. געלבשטיין באלד ארויסגענומען דאס קלייד פונ'ם קלאזעט און האט עס באקוקט אויף אלע זייטען. דערנאך האט זי דאס קלייד צוריק אריינגעהאנגען אין קלאזעט, ווייל זי האט נאך געוואלט איבערווארטען מיט'ן אוועק שענקען ביז מארגען.

מען טאר זיך איבערהויפט נישט איילען. אויף איילענשי האט מען זייער אפט חרטה. ווי זי זיך די זאך נאך איינמאל גוט איבערלייגען.

שטייט דאן מס. געלבשטיין צו-מארגענס פאר איר קלאזעט, האלטענדיג א קאנפערענץ מיט זיך אליינס, און קען זיך גאר נישט אנטשליסען וואס זי זאל טון. מען דארף זיך די זאך גוט איבערלייגען איידער מען שענקט אוועק א קלייד, וואס מען קען עס נאך אפשר געברויכען.

באקוקט זי דאס קלייד נאך איינמאל און זעט אז מען וואלט עס נאך געקענט טראגען, ווען מען זאל נאר א ביסעל איבערפיקסען, אויסבעסערען די זוים, צונייען א נייע לייסט און איבעררוקען די קנעפ.

"טשאריטי הייבט זיך אן אין שטוב", קומט אויף איר געדאנק. מען דארף קודם פארזארגען זיך אליין איידער מען גייט פארזארגען אנדערע.

מס. געלבשטיין הענגט אלזא צוריק אריין דאס קלייד אין קלאזעט.

נאכמיטאג נעמט זי ווייטער ארויס דאס קליין. מיט איר גאנצען הארצען וויל זי עס אוועק שענקען, ס'איז איר נאר שווער צו באפריינדען זיך מיט אזא געדאנק. זי וויל זיך אויך קענען בארימען אז זי האט עפעס געטון פאר טשאריטי. ס'איז איר אבער שווער צו שיידען זיך פון א קלייד וועלכעס איז נאך כמעט גוט.

אבענדס ווידערהאל זיך די זעלבע סצענע נאך איינמאל און צו-מארגענס אנטשליסט זי זיך ענדליך אוועק צו געבען דאס קלייד. עס האט זי נאך אפילו געקאסט א ביסעל מי צו פארטרייבען פארשידענע מחשבות וואס האבען איר געוואלט באווייזען אז א גוטע באלעבאסטע און א מאמע פון דערוואקסענע טעכטער דארף נישט אוועק שענקען קיין קליידער. זי האט זיך שוין אבער איינמאל אנטשלאסען אוועק צו שענקען דאס קלייד, וויל זי שוין נישט מער ענדערען איר באשלוס.

דעם אנדערען טאג ביים סאפער האט זי ווייטער געדענקט וועגען דעם קלייד – און אזוי ווי עס זיינען דעמאלס געזעסען אלע אירע קינדער ביים טיש, איז איר איינגעפאלען אז מען קען נאך איבערארבייטען דאס קלייד, עס זאל גוט זיין פאר ליזי אדער פאר פאולי. זי האט שוין אבער נישט געוואלט ענדערן איר באשלוס.

מארגען אין דער פרי, האט זי ענדליך נאכ'ן ברעקפעסט ביי זיך באשלאסען וועט זי ארויף רופען די הויזקיפערין און וועט איר שענקען דאס קלייד. ביי דעם נעקסטען פארזאמלונג פון דער 'ליידי'ס אקזיליערי אוו די אינדעפענדענט האזבענדס' וועט זי זיי דאס דערציילען און וועט זיך לאזען באוואונדערען פאר איר גוט הארץ.

צופרידען פון איר באשלוס האט זי נאך געוואלט אויסביגלען דאס קלייד מיט איר אייגענע האנד.

זי שפרייט דאן אויס דאס קלייד אויפ'ן ביגל-ברייט, קומען איר ווייטער אין קאפ אריין יענער שלעכטע געדאנקען, וואס ווילען איר איינרעדען אז דאס קלייד איז נאך זייער גוט און זי טוט פשוט אן עברה וואס זי גייט אוועק שענקען אזא גוט קלייד.

און אזוי ווי זי האט גאר נישט געהאט געזאגט קיינעם וועגען דעם קלייד, האט זיך איר נאך געוואלט חרטה האבען אויפ'ן גאנצען עסק און דאס קלייד באהאלטען פאר זיך.

נעמט זי דערווייל און פארט שויןי א ביסעל פאמעליכער מיט'ן הייסען אייזען. דערפילט זי פלוצים א ביסל ווי צוגעסמאליעט. פארט זי דאן נאך איינמאל מיט'ן ביגעל-אייזען איבער'ן קלייד – און ווי זי הויבט אויף די אונטערלאגע, זעט זי אז זי האט דאס קלייד א ביסעל צוגעברענט און א שטיק דערפון איז געבליבען אויף דער אונטעראגע איבער'ן ביגעל-אייזען.

גייט זי שנעל מיט דעם קלייד צו דער הויזקיפערין און וויל עס איר איננגייענדיג איבערגעבען. אויפ'ן וועג איבערלייגט זי זיך אבער די זאך. זי שעמט זיך פאר דער הויזקיפערין, ווייל דאס קלייד איז א ביסעל צוגעברענט. גייט זי צוריק מיט'ן קלייד אין האנד און באשליסט איבערצוארבעטען עס פאר ליזי אדער פאר פאולי.

און וועגען די בארימערייען פון דער טשערליידי פון די 'ליידי'ס אקזיליערי אוו די אינדעפענדענט האזבענדס' וועט זי אויך אן עצה געבען. זי וועט נישט גייען צו דער נעקסטען מיטטינג, וועט זי פארשפארען הערען די בארימערייען, וועלכע האבען איר געמאכט אזוי פיל טראבעל דריי טעג נאכאנאנד.

באקומען פון די בוך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
רעאגיר