די נייע היסטאריע פון היטלער ימ"ש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

די נייע היסטאריע פון היטלער ימ"ש

שליחה דורך גדליה »

אונז זעמיר אלע אויפגעוואקסען אז היטלער ימ"ש איז געווען די ערגסטע מענטש אין די היסטאריע פון די מענטשהייט, ערגער ווי עשיו, נמרוד, טארקוועמאדוא, כמילניצקי, און ווער אימער.
לויט מאנכע האט זיך היטלער'ן פארדינט די טיטעל אלץ די סאמע ערגסטע מענטש אין די היסטאריע צוליב זיינע פילע שחיטות, נעמלעך עס ליגט אויף אים די בלוט פון צענליגע מיליאנען מענטשען וואס זענען אומגעקומען ביי די צווייטע וועלט מלחמה, בפרט די זעקס מיליאן אידישע נפשות וואס ער האט גרויזאם פארשניטען מיט זיין אכזריות.
לעצטענס איז אבער ארויסגעקומען פרישע דאקומענטען איבער דאס לעבען און שאפען פון היטלער ימ"ש וואס שאפען א נייעם בילד איבער די אכזריותדיגע דיקטאטאר, עד כדי כך אז מענטשען וואס ליינען די באריכט זאגען אז אויב האבען זיי געמיינט אז היטלער איז שלעכט זענען זיי הערשט יעצט געוואר געווארען ווי אמתדיג שלעכט ער איז.
איז אזוי, ס'איז ארויסגערינען אז היטלער פלעגט אנרופען זיינע קעגענער מיט ביליגע צונעמען, למשל ער פלעגט זאגען, נארישע רוזעוועלט! און די צייטונגען האבען עס פארשפרייט און דאס האט גורם געווען אסאך האסע געפילן.
אזוי פלעגט דער רשע היטלער ימ"ש כסדר טוהן אזעלכע זאכענעס, אויב איינער האט עים אויפגערעגט און אים אראפגעריסען האט ער אים גלייך צוריק אראפגעריסען. אויב א צייטונג האט געשריבען ארטיקלען קעגען אים, האט ער צוריקגעשריבען א ארטיקעל און מסביר געווען ווי זיי זענען סייווי א נארישע צייטונג וואס פארלירט געלט יעדע טאג, און אלעס איז שקר. דאס האט גורם געווען אז קיינער זאל נישט גלייבען די צייטונגען און דאס האט געברענגט אן א שיעור קרימינאלע פאברעכנס און האסע אין די גאנצע לאנד.
אויב האט מען אמאל געהרגעט א איד, ואס האט דער רשע היטלער ימ"ש געטוהן? ער האט זיך אויפגעשטעלט האלטען א דרשה און אראפגעריסען די מערדער, און נאכדעם איז ער געגאנגען באזוכען די שוהל צו ווייזען שטיצע.
דאס האט ער אלץ געטוהן מזאל נישט כאפען וואספארא פינסטערע אנטיסעמיט ער איז באמת. פגר'ען זאל ער.
נאך א זאך וואס דער רשע היטלער ימ"ש פלעגט טוהן, ער האט געטרונקען אסאך דייעט קאוק. דאס האט באשיינפערליך געוויזען וואספארא רשע ער איז.
כהאף אז ער באקומט יעצט א שטיקעל בליק איבער די אמתדיגע רשעות פון היטלער ימ"ש.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר