קאָמישע מייַסעלעך...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

הודעהדורך שקד » מאנטאג מערץ 11, 2019 5:29 pm

די געהיימע שפראך..
ס'טוט זיך א יללה אין שטעטל, דער גלח איז א פיקח און ער וויל מאכן א ויכוח מיט די יודען, און ווער ס'וועט אויספירן וועט האבן די רעכט אין שטאט.
קיינער האט נישט געוואלט מיט דעם געלערנטן גלח, איינגיין אין ויכוחים, אויסער זינדל דער שוסטער – ער זאגט אז ער איז גרייט ארויסצוטרעטן! אבער זינדל וועט נאך קליא מאכן מער ווי אויפטון.. אבער קיין צווייטע ברירה איז ממילא נישטא.
די טאג איז געקומען, און דער גלח כעס'ט, ווען ער זעט זינדל שוסטער וועט זיין זיין בר פלוגתא; און דער גלח הייבט די האנט אין די הייעך.. באלד הייבט זינדל זיין האנט מיט א פארמאכטן פויסט!
דער גלח צייגט דריי פינגערס.. און זינדל דערויף צייגט דעם דוימען-טאטע פינגער!
דער גלח נעמט ארויס פון זיין בוזעם - א גלאזערנעם פלאש רויטע וויין; און זינדל ווידער שלעפט ארויס פון זיין לאנטש-בעג א פעטן שטיק הארטע ווייסע קעיז.. און; דער גלח שרייעט; דער יוד האט מיך באזיגט..
יעדער וואונדערט זיך, און דער גלח איז מסביר די סימנים; איך האב עהם געוויזן א צעשפרייטע האנט, ווי דאס עם מפוזר ומפורד.. האט ער מיר געוויזן, אז אין חסד זענען זיי אלץ באחדות - ווי א פויסט.
איך האב עהם געוויזן, דריי פינגערס, ווי דער שילוש – גאט, דזשיזעס, און די האלי ספיריט; האט ער מיר גע'טענה'ט, איין פינגער, ה' אחד און עם אחד, און תורה אחד.
איך האב עהם געוויזן רויטע וויין ווי זייערע פולע עבירות אין מדבר, האט ער מיר געוויזן ווייסע קעיז, אז אלעס איז שוין ווייס געווארן..
יאנקל בערל שמערל גימפל, דער רב גבאי שוחט מוהל און שמש, באלאגערן דעם שוסטער זונדל; וואס האסטו אזוי געוויזן און באזיגט? אפשר כוונת האריז''ל? אפשר כולל חצות עלות קערעסטיר ריבניץ און טאהש?..
הערט אויס – איז זינדל מסביר; ער קומט מיר אקעגן און וויל מיר פאטשן.. האב איך עהם געוויזן מיינע מוסקלען, און ס'האט געהאלפן.. ער האט געכאפט די קדחת.. אבער דער גלית האט נישט געוואלט אויפגעבן, און צייגט מיר ער גייט מיר אויסשטעכן מיינע אויגן און אריינשטופן א פינגער אין מיין מויל..
אההה האב איך עהם געוויזן, וויאזוי די כוהנים פלעגן מאכן מליקה.. מיט איין פינגער געמאכט די מעשה..
וויל ער זיך איבערבעטן.. און טרונקן לחיים! אה ניין.. צייג איך, אן צובייס, איז קיין לחיים נישט פארהאנען ביי אונז אין שול..
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג אפריל 16, 2019 8:43 pm

נאך א פשט
זאנוויל האט פלייסיג צוזאמגענומען זיינע בליציגע חידושי תורה – וואס איז עהם איינגעפאלן בשעת'ן לערנען – און דאס אריינגעטראגן צום רב; זאל דער רב לעבן מיר זאגן א גוטע נאמען פאר מיין נייע ספר הבא עלינו לטובה..
וואס איז די תוכן פון דיינע חידושים – פרעגט דער רב.
אלץ ווען כ'לערן און כ'זע פשט אין גמרא, פאלט מיר איין נאך א פשט.
זייער פיין! געב א נאמען דיין ספר'ל - 'דבר אחר'.. נאך א פשט.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:21 am

נאך א מייסעלע מיט א איד וואס איז געקומען צום רב בעטן אן הסכמה אויף זיין ספר. ווען דער רב האט אריינגעקוקט אין זיין ספר האט ער געהאלטן אין איין זאגן..."פלאי פלאים"...פרעגט דער איד. רבי. אזוי גוט איז מיין ספר? האט איהם דער רב געענטפערט... דו פארשטייסט נישט.די מענטשן האבן געמאכט פאפיר פון שמאטעס. (ריסייקלינג). דאס איז א פלא. ביסטו געגאנגען און געמאכט צוריק שמאטעס פון פאפיר. דאס איז שוין פלאי פלאים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך שקד » מיטוואך מאי 01, 2019 8:50 pm

ווער איז שולדיג?
דער אלטער מלמד שמעון, פראבירט קאנטראלירן זיין קלאס, ווען זיי פארפירן וועגן דעם גרויסן באמבעל-בין וואס פליעט ארום. אבער מלמד שמעון מאכט עס אוועק, ווער האט מורא פון א בין? א בעיבי מאכט געוואלדעס.. עטץ זענטס גרויס, און שווייגטס שטיל, אדער וועל איך טיילן מכות.
און אזוי סווינגט ער זיך ווייטער אויף זיין באקוועמער פאטעל – אויף צוריקצווועגס. ווען פלוצלינג האט ער זיך איבערגעקערט מיט'ן בענקל.. און די גאנצע כיתה האט זיך געווארגן פאר געלעכטער.. דאן שרייעט ער; אוקיי גוט! כאטפסט דעם בין.. איינמאל פאר אלעמאל..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שקד אום זונטאג מאי 05, 2019 3:46 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך שקד » דאנערשטאג מאי 02, 2019 2:46 pm

יש חיים לאחר המוות..
דער אלטער רעב מוישע האט געגעבן פאר זיין בוזעם פריינד זאנוויל דעם ערנווארט, אז ווי נאר ער מאכט צו די אויגן און וועט אנקומען אל המנוחה, וועט ער עהם קומען פארציילן הכל מכל כל וואס גייט דארט פאר אינעם הימלישן בוידעם – צו אינעם תהום בעיסמענט..
נאך לאנגע חדשים ווארטן, חלומ'ט זיך זאנוויל נאך מוישעניו, וואס פארציילט עהם גענוי; אינדערפרי פארטאגס איז שטיל, מ'הערט קוים א פייגל זינגן, און איך טרעף מיר דא דארט ווי צופארברענגן, מיט מיין עלטערע יודענע, זי שאפט מיר אלץ א גוטע מקום, אויך ווען ס'ווערט שוין לעכטיג, און מ'איז נהנה פון גאטס וואונדער. אויך ווען ס'ווערט שפעט נאכמיטאג – כאטש היבש לאנגווייליג, ווייל דא ארבעט מען שוין נישט אזא צייט.. און כ'ווארט קוים ווען אלע גייען צו זייער אפרו, דאן קען איך געמיטלעך טרעפן בעסערע שפייז ווי סיי ווען דורכ'ן טאג.
מוישע!! וואס שפייז? רעגט זיך זאנוויל.. דארט דארף מען אויך עסן? כ'האב געמיינט אויף יענע וועלט איז נישטא די אלע גשמיות'דיגע זאכן??
וואס רעדסטע שטותים זאנוויל, כ'בין עפעס דארט?? איך בין מגולגל אין א קאץ אין אויסטראליע..
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך שקד » זונטאג מאי 05, 2019 1:29 am

געכאפט רויט האנטיג..
שפעט ביינאכט וועקט זיך אויף מרת ד. און ס'דאכט זיך איר, אז אייער בארבערט אין קעך; אבער די לעקטער איז פארלאשן, און זי האט נישט די קוראזש יענעם קעגן צוגיין..
כאפט זי די טעלעפאן פונעם נאכט-קעסטל, און מורמעלט אריין פאר – 911 – א גנב ביי מיר אין קאך.. די לעקטער איז פארמאכט, און איך ליג אין בעט פאר שרעק.
די פאליציי האט אריינגעפראלט אין הויז, און מיט שארפע פלעשלייט'ס געכאפט דעם פארשוין ביים גענאק! און.. והנה לאה, ס'איז איר מאן..
ס'האט זיך עהם פארשמעקט אינמיטן נאכט צו נאשן פאפקארן.. און ווען זיין ווייב איז געשלאפן האט ער זיך גענומען צום עבודה.. און דא האט מען עהם כמעט איינגעזעצט כאחד הריקים..
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך שקד » זונטאג מאי 05, 2019 4:59 pm

א עוולה אזאנס..
די אייניקלעך פון דער אלטער יודל, האבן אלץ גענאסן פונעם זיידן א אפענע רשות אויף אלעס, אבער דאס מאל האט ער זיי שטארק אנגעשריגן. וואס האט פאסירט?
אינגאנצן צען יעריגע קינדער, און זיי האבן זיך אריינגעזעצט אינעם זיידנס אלטע שעווילעט, און אנגעהויבן ארומפארן איבער'ן גאנצן גאס, און אפילו אריבער צו די שכנים – און דארט געבליבן סטאק אין די בלאטע..
ווילסט דרייווען? פיין! האט דער זיידע זיך געבייזערט.. אבער פארוואס דווקא אויף יענעמס גראז???.....
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

הודעהדורך שקד » פרייטאג מאי 10, 2019 12:57 pm

טענו בחיטין והודו..
ס'שוין מאנטיג נאך סוכות, און יאנקעלע קומט צוגיין צום בעקער – ר' יצחק, אין שליחות פון זיין מאמע; זי האט עהם געהייסן זאגן פאר'ן ערפארענעם הויעכער מעהל-פארשטויבטער בעקער, אז אין איינס פון זייערע ראזשינקע חלות – וואס זיי האבן דא געקויפט, איז געליגן א 'מורישקע'..
ר' יצחק דער בעקער האט נישט קיין צייט פאר די נאכאנאנדע הערות.. און זאגט; נו גוט! ברענגטס מיר צוריק דעם מאריטשקע, וועל איך ענק אנשטאט געבן דעם ראזשינקע..
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 259 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט