אפילו בהסתרה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

אפילו בהסתרה

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אין היינטיגע צייטן, ווען הסתר פנים בושעוועט אין אונזער קליין וועלטעל, און א חושך מכסה פארנעפעלט אונזער כדור הארץ, איז א התגלות אלקית, אזוי ווי אן השגחה פרטית וואס שרייט פון זיך אליין "אצבע אלקים הוא זה”, אזוי וווי אן עמער וואסער פאר א וואנדערער אין די זון באקעדיגע סהארא מדבר.

דער אנדערע וואך, האבן מיר זיך באגעגענט מיט אזא עפיזאד. א בחור אין זיין ימי הבגרות, דער בחור מיט א ברייטע שטערן, א גרויסע קאפל , לאנגע געלע פאות, און צייכענעס פון הארעלך אויף זיין באק, וואס ווי גראזעלעך וואס שפראצען ארויס אין ספרינג און טראגען מיט זיך א בשורה פון אט אט גרינע באוואקסענע פעלדער, טראגן זיי אויך א בשורה אז זה השערות קטנות זקן גדול יהיה.

א קיצור, דער בחור זאגט מיר ער פארשטייט נישט די היינטיגע אפיקורסים און די אלע וואס צווייפלען מיט זייער אמונה "מען ברויך זיך נאר ארומקוקען און אלעס שרייט אז תורה מן השמים און עס איז קלאר כשמש בצהרים אז אידן פון ברוקלין אין ירושלים זענען דעם אייבשטערס שפיגעלע" זאגט ער מיט א טיפע איבערצייגונג.

נעם למשל אזא זאך ווי קינדער, איז ער מיר מסביר בטוב טעם ודעת , "קוק דיך ארום אין גאנץ אמעריקע ביי גוים און פרייע צוגלייך, וויפיל איז די עווערדזש קינדער וואס זיי האבן? צוויי, דריי? ווידעראום א נארמאלע חרדישע משפחה האט צווישן זעקס און אכט נפשות, ברויך מען דאך זיין ממש בלינד נישט צו זען דעם יד ה', דהיינו, ער ווייזט אונז קלאר אז ער ברויך אונזערע קינדער מער ווי זייערע, ס'איז דאך ממש ווי די כשרע בהמות אין די צייטן פון נח, וואס השם האט באפוילן ער זאל ברענגן אין די תיבה זיבן אנשטאט צווי".

"נאך מער" פארטיפט ער זיך אין זיינע מחשבות, "אפילו ביי אונז אליין נאך די מלחמה זעט מען אז אן עווערזש משפחה האט געהאט צען, צוועלעף קינדער. ווידער היינט צו טאגס, איז עס ווייניגער עס האלט בערך ביי אן עווערזש פון זעקס ביז אכט נפשות פער משפחה. זעט מען דאך באשיינפערליך אז נאך די מלחמה ווען עס איז געווען א איבערפלוס פון נשמות וואס האבן געברויכט אראפקומען האט געמוזט זיין צוועלעף פער משפחה, איינמאל עס איז געווארן מער פלאטץ דארט אויבן האט מען גענידערט די קוואטע צו זעקס אדער אכט. נו, פירט ער אויס, ווי קען מען האבן ספקות נאך אזעלעכע קלארע ראיות???

נו אז מען האט דער קאפ אויפן פלאטץ, או מען האט די ריכטיגע ברילן זעט מען טאקע ווינדערלעכע זאכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר