געווענדליך שרייב איך נישט קיין אשכולות, אבער......

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

געווענדליך שרייב איך נישט קיין אשכולות, אבער......

הודעהדורך אויסער געווענדליך » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 6:16 pm

אן אויסער געווענדליכע לעבען



געווענדליך עס איך נישט ביי א קידוש, אבער.......

ביים היינטיגע שמחה, ווי איך האב אזוי גוט געקענט דער זיידען דארט, ווי איז מעגליך צוצוקוקען די הערינג, גאלע, קישקע, גריבענעס, טשאלענט וכו׳ און נישט טועם זיין א פאר טעלערס פון יעדער מין? וואס הייסט? מיר האבען דאך געוואוינט אין איין שטאט און גענוצט דער זעלבע וואסער סיסטעם. און דאס איז דאך א אידישע שמחה, ווי קען מען זיצען ווי אן אבל? און סתם אזוי, איך האב נאר גענומען פיהר סלייסעס, נישט זיבען ווי יענער דארט, וואס האלט אין איין ציילען אויף א דריטענ׳ס טעלער.

געווענדליך דאווען איך נישט שפעט, אבער......

היינט בין איך געווען מיד ביים אויפשטייען און איך האב בטעות פארלאשען מיין וועקער זייגער. און למעשה ביי אונז חסידים איז מען דאך סייווי נישט אזוי מקפיד אויף זמן תפלה. און קוק יענער שיינער איד וואס גייט ארויס יעצט פון ביהמ"ד. איך ווייס אז ער גייט ארויס און איך גיי ערשט אריין, אבער פארט זענען מיר איינס.

געווענדליך רייכער איך נישט, אבער......

איך האב יעצט געגעסען א פיינע מאלצייט, און דאס איז זייער גוט פאר די מאגען. און וואס ווייסען דען די דאקטוירים? מיין שכן איז געגאנגען צום דאקטאר און עס האט אים גארנישט געהאלפען, ער קען פונקט אזוי נישט האבען קינדער ווי פאר דעם. און למעשה, רייכער איך נישט ביז׳ן סוף ציגארעטעל, איך שטעל זיך אפ אביסל פאר דער ענדע פון דער ציגארעטעל, און איך האב אמאל געליינט אין ריעדערס דיידזשעסט אז דארט איז די שעדליכסטע טייל פון דער ציגארעטעל.

געווענדליך עס איך נישט אין א רעסטאראנט, אבער.......

דאס האט דאך א היימישע הכשר, און ווי קען מען אויף זיי נישט פארלאזען? און ממנ"פ, מיין ווייב איז דאך אזא גוטע קעכער אז זי וואלט געקענט האבען אן אייגענעם רעסטאראנט. נו, אין דעם אייגענעם שטוב מעג איך שוין אויך נישט עסען?

געווענדליך הער איך נישט קיין ראדיא, אבער......

יעצט בין איך אין קאר אליינס, און עס איז נישט דא וואס צו טוהן, אחוץ די לאנגווייליגע דרשות וואס מ׳פארקויפט אין ׳סמעדרעש פון תורה מיט הלכות. למעשה, קול מבשר מעג מען דאך הערען, און פון ווי מיינסטו נעמט ער זיין נייעס? איך לעש עס אוודאי אויס ווען מיין קינדער זענען דא, אחוץ ביי וויכטיגער נייעס פון דער פרעזידענט, פארשטייט זיך.
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 8:54 pm

געווענדליך עס איך נישט קיין טשיעזבורגערס. נאר עקסטער די טשיעז.און עקסטער די פלייש...! אבער יעצט ביניך פונקט אריבערגעגאנגען דעם כשר'ן רעסטאראנט. און דער קעכער האט ארויפגעווארפן א גרויסן, געשמאקן שטיק פון טשיעז אויפ'ן סטעיק. דער גערוך האט מיך אנגערייצט צו גיין קויפן א פארציע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14006
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16084 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9114 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג נאוועמבער 12, 2018 9:25 pm

געווענדליך לייק איך נישט איינער וואס פארגינט עס נישט פאר א צווייטן אבער.....
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2741 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 9:14 am

ממש אויסער געווענדליך! שרייבען אן אשכול אום מאנטאג ווען עס איז עטוואס קאלט אינדערויסען, איז נישט קיין געווענדליכע זאך, פון יעדער שני וחמישי.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט