געווענדליך שרייב איך נישט קיין אשכולות, אבער......

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אויסער געווענדליך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2018 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

געווענדליך שרייב איך נישט קיין אשכולות, אבער......

שליחה דורך אויסער געווענדליך »

[center]אן אויסער געווענדליכע לעבען[/center]


געווענדליך עס איך נישט ביי א קידוש, אבער.......

ביים היינטיגע שמחה, ווי איך האב אזוי גוט געקענט דער זיידען דארט, ווי איז מעגליך צוצוקוקען די הערינג, גאלע, קישקע, גריבענעס, טשאלענט וכו׳ און נישט טועם זיין א פאר טעלערס פון יעדער מין? וואס הייסט? מיר האבען דאך געוואוינט אין איין שטאט און גענוצט דער זעלבע וואסער סיסטעם. און דאס איז דאך א אידישע שמחה, ווי קען מען זיצען ווי אן אבל? און סתם אזוי, איך האב נאר גענומען פיהר סלייסעס, נישט זיבען ווי יענער דארט, וואס האלט אין איין ציילען אויף א דריטענ׳ס טעלער.

געווענדליך דאווען איך נישט שפעט, אבער......

היינט בין איך געווען מיד ביים אויפשטייען און איך האב בטעות פארלאשען מיין וועקער זייגער. און למעשה ביי אונז חסידים איז מען דאך סייווי נישט אזוי מקפיד אויף זמן תפלה. און קוק יענער שיינער איד וואס גייט ארויס יעצט פון ביהמ"ד. איך ווייס אז ער גייט ארויס און איך גיי ערשט אריין, אבער פארט זענען מיר איינס.

געווענדליך רייכער איך נישט, אבער......

איך האב יעצט געגעסען א פיינע מאלצייט, און דאס איז זייער גוט פאר די מאגען. און וואס ווייסען דען די דאקטוירים? מיין שכן איז געגאנגען צום דאקטאר און עס האט אים גארנישט געהאלפען, ער קען פונקט אזוי נישט האבען קינדער ווי פאר דעם. און למעשה, רייכער איך נישט ביז׳ן סוף ציגארעטעל, איך שטעל זיך אפ אביסל פאר דער ענדע פון דער ציגארעטעל, און איך האב אמאל געליינט אין ריעדערס דיידזשעסט אז דארט איז די שעדליכסטע טייל פון דער ציגארעטעל.

געווענדליך עס איך נישט אין א רעסטאראנט, אבער.......

דאס האט דאך א היימישע הכשר, און ווי קען מען אויף זיי נישט פארלאזען? און ממנ"פ, מיין ווייב איז דאך אזא גוטע קעכער אז זי וואלט געקענט האבען אן אייגענעם רעסטאראנט. נו, אין דעם אייגענעם שטוב מעג איך שוין אויך נישט עסען?

געווענדליך הער איך נישט קיין ראדיא, אבער......

יעצט בין איך אין קאר אליינס, און עס איז נישט דא וואס צו טוהן, אחוץ די לאנגווייליגע דרשות וואס מ׳פארקויפט אין ׳סמעדרעש פון תורה מיט הלכות. למעשה, קול מבשר מעג מען דאך הערען, און פון ווי מיינסטו נעמט ער זיין נייעס? איך לעש עס אוודאי אויס ווען מיין קינדער זענען דא, אחוץ ביי וויכטיגער נייעס פון דער פרעזידענט, פארשטייט זיך.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר