כולל הכנה דרבה!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

כולל הכנה דרבה!

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן פארן חשוב'ן ציבור אז נאך די גרויסע נאכפראגע פון אסאך היימישע חסידישע אינגעלייט איבער א הכנות כולל, איז אונז ב"ה געלונגען צו צאמשטעלן א גרופע אינגעלייט יראים ושלמים מיט שיעפע טאשן אן קיין שום סארט סמארטפאונס וואס וועלן זיצען לזכות הרבים פיר שעה הכנות יעדן איינציג טאג פונעם יאר!
די יונגעלייט זענען באהאווענט מיט אלע כוונות פון די גרויסע הכנות, ווי אויך וועלן זיי נוצן משיירי הנייר וואס אסאך גרויסע רעבע'ס האבן גענוצט, ועל דעתם וכונתם וועלן זיי מאכן.
מיר פארמאגן ספעציעלע פילן וואס וועט העלפן די יונגעלייט אין פאל פון עצירות.
אזוי אויך וועלן מיר האבן א ברייטע מעניו פון אלע סארטן הערינג, טשולנט מיט זכר בונדלעך.
עס איז פארפאסט געווארן א ספעציעלע לשם ייחוד דורך א חשוב'ן דיין פאר דעם צוועק, אויסשליסליך פאר אונזער כולל.

מעמבערשיפ קאסט זייער ביליג, בלויז 100 דאלאר א חודש, און פארדעם וועלן די יונגעלייט זאגן אייער נאמען בשעת'ן קינוח און דערנאך ביים פלאשן און ווי פארשטענדליך ביי אשר יצר!

איר קענט רואיג גיין ארבעטן בשעת אונזערע יונגעלייט וועלן מאכן פאר אייערט וועגן.

מען קען אויך צאלן פאר אן איינצעלע הכנה פאר בלויז צעהן דאלער א געווענליכע. פופצן דאלער פאר א דשאמבאו און צוואנציג דאלער א דייהעריע און פינף און צוואנציג פאר אן עמערדשענסי.

רופט שוין 718-387-1750

רופט שוין

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר