העפי ניו יעיר! במשנתו של דאנעלד ג. טראמפ!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

העפי ניו יעיר! במשנתו של דאנעלד ג. טראמפ!

שליחה דורך שושן פורים »

די טאבע אין די צייטן פירקאנטיגס (טיימס סקווירא בלע"ז) איז שוין אט אט גרייט פארן דערהויבענעם טראסקע, אנשים נשים וטף זענען שטארק פארנומען אין די לעצטע שעה'ן פון ערב יום טוב, דער עולם בעט זיך איבער, מען רופט די קינדערליך מעבר לים צו ווינטשן א גוט יאר, דער קירכע שמש נעמט ארויס פונעם שופלאד די לעצטע פעקל נייע מעסערלעך צו פארקויפן, אקיצור די וועלט פארט אויף רעדער.

אבער אפגעזעהן פון אלע חיצוניותדיגע הכנות איז פארהאן אזא אחת שהוא שתיים'דיגע פראגע וואס יעדער וואס וויל זיך אהערשטעלן ווי נישט סתם א פארטיער נאר א טיפע דענקער פרעגט זיך, די משפחה, חברים, אדער שיסט עס סתם ארויס אויפן ספר הפנים, ערווארטענדיג תשובות פון ווילד פרעמדע מענטשן הנקראים פעיסבוק פריינט וואס מען האט זיך אפשר אמאל צוזאגעשטויסן ביי שלום עליכם אינמיטן קידוש לבנה אין מיאמי.

די פראגע גייט בערך אזוי, וואס איז געווען דיין הויכע ליכטיגקייט (היי-לייט בלע"ז) פון דעם פארגאנגענעם יארע, און אויף וואס קוקסטו פראנאויס צו דעם נייעם יאר?

פילע פעדערן זענען שוין צובראכן געווארן און אסאך טינט איז שוין פארניצט געווארן, טויזנטע גיגא ביסן פון סטארעדזש פלאץ אויפן טעכנאלאגישן וואלקן זענען שוין ערפילט געווארן יאר איין און אויס מיט ענטפערס אויף די פראגע, געוויסע פון זיי טיפזיניג, געוויסע גאר פלאטשיג, א חלק פשוטע פאקטן און א חלק לגיונות, א טייל פון זיי לייגט זיך אויפן שכל, א טייל פון זיי סתם נערווירנד און דערקוטשנד. הצד השווה אז יעדע יאר שפילט זיך איבער די דאזיגע פראגע און ענטפער סעסיע.

יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן, איינער זאגט אז די פריעדיגע יאר האט ער געקויפט א נייע הויז און היי יאר וועט ער צובויען, איינער פרייט זיך אז די פריעדיגע יאר האט מען אפגעראטעוועט א ענדעינזשערט ספישי פון א טשערעפאכע-פראש כלאיים און היי יאר גייט מען זיי ערוועלן אלטס גאווערנאר פון קאליפארניע,..........וכו' וגו'

אבער רבותי! עד כאן! עס איז נייע צייטן! ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסיף דעת! גענוג מיטן אריינקלערן אזוי טיף אין אלעס! יעדע זאך האט א סימפליסטיק ענטפער, די כלל איז אזוי, אויב איז עס גרויס, ריזיג, מעכטיג, וכלשונו "יאדזש", איז עס א גוטע זאך, אויב איז עס אבער קליין, טייני, פיצי, איז עס א גאר שלעכטע זאך ושומר נפשו ירחק מהם.

השתא דאתינן להכא, איז גענוג געווען מיט אלע טיפע ענטפערס. די היי לייט פון 2018 איז אז זינט מען האט אנגעהויבן צו ציילן יארן איז אזא גרויסע נאמבער ווי צוויי טויזנט און אכצן נאכנישט געציילט געווארן, יא עס איז געווען נאמבערס כמעט אזוי גרויס ווי למשל 2017, 2016, אבער 2018 איז זיכער די גרעסטע.

און יעצט אז עס קומט א נייע יאר וואס גייט זיין מיט א גאנצע נאמבער גרעסער ווי די גרעסטע נאמבער ביז אהער, איז דאך אוודאי די שמחה אין לשער, עס שפירט זיך שוין אין די לופטן די געהויבענע שטימונג פון אריינטרעטן אין די "ביגעסט יעיר נאמבער טו עווער בי קאונטעט" רבותי מיר זענען שוין סיק און טייערד פון געווינען אזוי פיל!

העפי ניו יעיר מר. פרעזידענט
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר