זאג, ס'רעגנט אינדרויסן???

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

זאג, ס'רעגנט אינדרויסן???

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג יאנואר 13, 2019 4:46 pm

מאכט זיך אפט מענטשן פרעגן מאדנע און אונטערעסאנטע שאלות וואס ס'גלוסט זיך זיי צו לאזן הענגן מיט די לופטיגע שאלות. אזעלכע שאלות וואס איז געפרעגט אבי אין אין די וועלט אריין, ווען זיי אליינס ווייסן די תירוץ.

אמאל פרעגט מען טאקע מחמת איבערראשונג אבער אפט מאל איז עס מער ווייל סאיז זיי א שאד צו ניצן די מוח דזשעלי.

שבת פאר קריה"ת שטייט א ליין אין ביה"כ ווארטענדיג ס'זאל ליידיג ווערן די שטיבלעך. יאגט אריין א בן שישים אזא איינער וואס קטנ'ט שוין אין די זיצעדיגע מיט א אפענע טיר... ער שפאנט מיט א גלאטקייט אין פארנט פון א שורה אכט ניין מענטשן "אלעס איז פארנומען?" פרעגט ער מיט אזא חלף גלאטיג'ן פנים; אך וואס עפעס? ענטפער איך אים גלאטיג. ס'איז אלעס ליידיג.. אה, די צען מענטשן דא, אונז ווארט מיר דא אין א שורה אויפצופיקן ערב פסח מצות...

איך שטורעם אריין אין שול מיט מיין נאסע מעיל א פארטראפטע היט ווען מיין צופלאטערטע שירעם וויל א להכעיס'דיגער זיך נישט אונטערגעבן "ס'רעגענט אינדרויסן?" הער איך שוין פונעם דריטן מענטש. עה, וואס פאלט דיר ביי! ס'הייס זיניג אינדרויסן. איך האב זיך פשוט אנגעשפריצט מיט א שלויך, אה מיין בעג אויף די היט איז פשוט א מארקעטינג עד פאר די גראסערי דא.

דער בר מצוה בחור זיצט ביים טישל צווישן צוויי האלב דרימלענדע זקנים האלב איינגעזונקען מיט זיין בעקיטשע וואס שווימט אים, זיין רבינו תם סענד פעיפער קראצט אים אויף זיינע שלא נתבשלו כל צרכנ'דיגע ביצים, זיין הוט וואס באזעצט אים ווי בארג סיני באקומט א בלאז ליאדער מינוט און דער גוטער חבר פונעם טאטן - אזא טיפ וואס שטיקט זיך אויף זיין אייגענע וויצן ווען ער שטעקט זיינע ברוינע ציצית אין א צען יעריגס אויער - איז דא מיט זיין גערעפטער סידורו של שבת דפוס תשנ"ג.. אה אאה.. פשש.. דו ביסט דער בר מצוה בחור? חחח... עה, ער איז דער עלטער מומע פון אנטווערפען...

דער אידל וואס יאגט אריין צו א מנין, עס איז שא שטיל אין סמעדריש דער עולם שאקעלט זיך אריין אין א שמוינעסרעלע, אזש די רעקל קנעפלעך וואס רייבט זיך אריין אין די טישן הערט זיך ווי ווילדער גערויש און די גארטל שווענצען וואס ווישן זיך אויף די אפענע פעידזשעס טשיפטשעט אוועק. "זאג נאר, ווי האלט מען דא?" המממ.. מען שלאגט הושענות יעצט...

דער עולם זיצט ביים שבע ברכות איבער אויפגעריסענע בילקעס די קאלסלאו און פיקל 'שיף' טעלערס זענען שוין דרייפערטל פארציקט און קוקט אויס ווי א דעזערטירטע פלאטע נעיווי שיפן. איינער שפיעלט שוין קענדי קראש א צווייטער דרייווט א פלאסטישער גאפל צווישן די חלה ברעקלעך ווי א געניטער מאטאריסט. אקיצור דער עולם איז באורד. קומט אריין איינער מיט א מייק און א געצויגן ווייער אונטערן ארעם, אה, איר זענט דער גראמער? אך, וואס פאלט אייך ביי? איך ארבעט אין די קעיבעל קאמפאני...
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3802 מאל

Re: זאג, ס'רעגנט אינדרויסן???

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג יאנואר 13, 2019 4:58 pm

ווען מאמענט האט שכל הייערן זיי דיך זאפארט פאר א וועכענטליכן הומאר קאלום!
איך העט עס געקויפט יעדע'ס איינציג וואך נאר צוליב דעם.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 13, 2019 6:25 pm

דערמאנט מיר עפעס פון וועלוול פעלדמאן.
שטאמט פון אים, ניין?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15080
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18053 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג יאנואר 13, 2019 6:54 pm

איך שטיי שוין 25 מינוט אויפ'ן 42 אין ווארט אויף א היטש. (יא דארט ווי כ'האב געכאפט דער היטש מיטן ליטווישן ווען) איך בין שוין נאס פארשוויצט מיט א רויטע פרצוף ווי א דלעת, פארשעמט און אנגעברויזט. יעדער קאר וואס פליעט פארביי כאפט א שטייפע אצבע למעלה.

א שעווי ווענטשור שיפט אריין צום ברעג. ר' איד איר דארפט א היטש? נעה, וואס פאלט אייך ביי? איך שטיי דא אלץ שומר קשואין...

( עה כ'האב זיך באמת באדאנקט פאר אים)
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3802 מאל

Re: זאג, ס'רעגנט אינדרויסן???

הודעהדורך חסיד פון ליטא » זונטאג יאנואר 13, 2019 7:56 pm

מזל טוב צום געבורט פון דיין נייעם יונגעלע! סאו דו מאכסט טאקע א שלום זכר דעם שבת?
כ'זעה אז די וואכנאכט גייט זיין מיטוואך אי"ה, זאג נאר, דאס קינד איז אפשר געהל?
דיין זיידע אידעך אוועק פאר צוויי חדשים צוריק, האסט שוין אפשר א נאמען?
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:35 pm

דער געוואגטער יונגל: איך האב בערך א 350 ענליכע מצבים וואס מענטשן? פרעגן אזעלכע רעטארישע קשיות און שאלות. נאר איך שעם מיך זיי ארויפצוברענגען על הכתב. אפשר זאלל איך עס דיר אריינוואטסעפפן. און דו זאלסט עס ארויפברענגען דא אין קאווע שטיבל. איך זעה אז דו האסט דא א שטיקל ווארט. דו ביסט מסתמא א ירא שמים. ווייל די גמרא זאגט (ערגעץ) מי שהוא ירא שמים, דבריו נשמעים.. (און אויב ס'איז נישט דא אזא גמרא. האביך עס יעצט אויפגעמאכט. און איך נעם מיר א קאפירייט דערויף...!

נ.ב.: מייין רבי דער מהר"א מ'קר"י/פאלם טרי יצ"ו שליט"א האט געזאגט אז מ'טאר נישט האבן קיין וואטסעפפ. כ'האב מורא אז מ'וועט מיר אהיימשיקן די קינדער פון חדר. נאכדעים וועלל איך זיי מוזן שיקן צו די בני יואל. וואו ר' יוסף בן מרים וואלדמאן איז דער בעה"ב. און דאס טויג שוין נישט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12976
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:41 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:דערמאנט מיר עפעס פון וועלוול פעלדמאן.
שטאמט פון אים, ניין?

איין שטיק פעלדמאן, און איך מיין אז במקורו שטאמט עס נאך פון לאבין אין צייטשריפט. אבער מאמענט האט אויסגענארט האלב קראקא...
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 13, 2019 10:58 pm

וואוינענדיג נישט אינעם זעלבן שטעטל ווי מיינע עלטערן, געשעהט פון צייט צו צייט אז מ'כאפט זיך אריבער אויף א שבת, מקיים צו זיין די געוואלדיגע מצוה פון כיבוד אב ואם, פארגאנגענעם שבת איז אויך אזוי געוועהן.

שפאציר איך אריין אין ביהמ"ד פרייטאג צונאכטס מיט א פרישקייט, און איך הייב אן זיך ארום קוקן אויפ'ן אנשטויס פון צעטלעך וועלכע טוען באלאגערן דעם סמעדריש וואנט ווי כאילו דאס איז דער מעקסיקאנער גרעניץ... איך פראביר אביסל אפצוליינען די שטיקלעך וואס זענען נישט באדעקט מיט סקאטש טעיפ פונעם צעטל וואס ליגט אויף דעם... צווישן די שורות, זעה איך אז מיין חבר משה נחום(מיט וועם איך האב געלערנט אין ישיבה קטנה פאר בערך 12 יאר צוריק, און איך האב שוין נישט געהערט פון איהם זייט דעמאלטס) מאכט זיין יערליכער קידוש פאר זיין פינף'טע מיידל וואס איז געבוירן אין א גוטע שעה, בערך פיר אהאלב יאר נאך זיין חתונה, פונקט דאס מאל מאכט ער דעם קידוש נישט ווייט פונעם ביהמ"ד ווי איך דאווען געווענליך ווען איך קום צו מיינע עלטערן, נו וואס טוט מען נישט פאר א חבר (גראדע אסאך זאכן ואכמ"ל).

געטוהן ווי געזאגט און געזאגט ווי געטראכט (קרעדיט: נייטרא קאר ראפעל), נאכ'ן דאווענען שבת אינדערפרי געב איך א שפאציר אריבער, און איך קום אריין אין ביהמ"ד, און מיט א געשמאק גיי איך צו משה נחומ'ען און איך וואונטש אן א הארציגן מזל טוב מיט אלע גוטע ברכות, און ער קוקט מיך אן מיט 2 גרויסע אויגן, און ער געבט א מורמאל ארויס: דערמאנט מיך נאר ווער איר זענט?! זאג איך איהם: משה נחום דו האסט אזוי שנעל פארגעסן איך בין חיים יחזקאל פון ישיבת אהבת תורה, אונז האמיר געלערנט חברותא וכו', אה יא אוודאי, דערמאנט זיך משה נחום, דו וואוינסט דאך שוין נישטא.... דו ביסט דא אויף שבת?? ניין זאג איך איהם, איך בין ספעציעל יעצט געקומען צו פארן צום קידוש... איך יאג מיך טאקע ווייל איך פאר שוין צוריק...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יהודי פשוט אום זונטאג יאנואר 13, 2019 11:24 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 578
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:01 pm

דער עולם שפאנט מיטן מיטה אויפן אקסלען דער ציבור מיט פארקנייטשטע בליקן ליינען דער הלויית המת שווארץ געשריבן מיט קהל'ס פערמאנענט מארקער. ווער? יענקלע גליק איז אוועק? טאקע? אך וואס פאלט אייך ביי? ער דארף פשוט א פרי טריפ אויפן וועג סטאפט ער אריין באלד מיטן ארון אין ראוזענבלאום'ס גראסערי פאר א דעניש...
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3802 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:05 pm

געוואגטער שרייבט אן ארטיקל, קומט אריין בערעלע און פרעגט: וואס? געוואגטער? אזאנס!! שרייט אריין דער גאלדענער אדלער: נע, ס'איז עכט שמעקעדיג, ער האט זיך אריינגעסיינט מיט געוואגטער'ס ניק אים צו שענקן אפאר לייקס....
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1963
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:06 pm

דער געוואגטער יונגל: אבער ער איז דאך שוין אלט געווען . דער יאנקעלע גליק. נו, ער מעג שוין האבן א פרי רייד. ער טויג דאך שוין נישט צו וואקן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12976
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:07 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:געוואגטער שרייבט אן ארטיקל, קומט אריין בערעלע און פרעגט: וואס? געוואגטער? אזאנס!! שרייט אריין דער גאלדענער אדלער: נע, ס'איז עכט שמעקעדיג, ער האט זיך אריינגעסיינט מיט געוואגטער'ס ניק אים צו שענקן אפאר לייקס....

איסר האיטלקי: דו ביסט עס טאקע דער איסר האיטלקי?. נעה, איך מיין אז דו ביסט דער כיכר הירדן... לאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12976
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8284 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:10 pm

וואקן ווייס איך נישט אבער דרייווען זיכער נישט! ער שטעלט אפ דעם קאר אין מיטן גאס אין גייט כאפן א מנחה.

אבער אולי יש שתי יענקלע גליק'ס? איינס צו בלאקן די גאס און איינס צו כאפן א רייד פאר א דעניש אינעם ארון.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3802 מאל

Re: זאג, ס'רעגנט אינדרויסן???

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג יאנואר 13, 2019 11:26 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:וואקן ווייס איך נישט אבער דרייווען זיכער נישט! ער שטעלט אפ דעם קאר אין מיטן גאס אין גייט כאפן א מנחה.

אבער אולי יש שתי יענקלע גליק'ס? איינס צו בלאקן די גאס און איינס צו כאפן א רייד פאר א דעניש אינעם ארון.
העלא! יאנקעלע גליק (נישט יענקעלע, זעהט אויס ביזט א פארצייטערישע צעהלימער איד) איז נאר דא איינס!
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 638
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1212 מאל

הודעהדורך הוגה » מאנטאג יאנואר 14, 2019 10:00 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:דערמאנט מיר עפעס פון וועלוול פעלדמאן.
שטאמט פון אים, ניין?

איין שטיק פעלדמאן, און איך מיין אז במקורו שטאמט עס נאך פון לאבין אין צייטשריפט. אבער מאמענט האט אויסגענארט האלב קראקא...


במקורו שטאמט עס פון בערל אינגבל. ער האט א באקאנטע קאמעדי ביט וואס ער רופט "Here's Your Sign". ער האט הונדערטער אזעלכע פון איבער די יארן, גיב נאר א מיש אויף יוטוב ותמצא נחת.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2789
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6324 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:45 pm

נאך א קאכעדיגע מקוה, מיט א פרישן קאווע אין די הענט, גיי איך ארויס אין הויף פונעם סמעדריש און איך עפן אויף מיין פרישן שאכטל מארלבראו לייטס ציגארעטלעך, איך ציה ארויס דעם ערשטן ציגארעטל, און איך צינד איהם אן מיט'ן צינדער וואס ליגט ווי געווענליך אינעם אונטערשטן וועסטל טאש אויף די לינקע זייט...

אזוי טוה איך געמיטלעך פאררויכערן דעם ציגארעטל, ווען אינמיטן שפאצירט אריין ר' קלונימוס דעם רב'ס עלטסטע זוהן, וועם איך באגעגן נישט געווענליך ווייל ער דאווענט מיטן חצות מנין, זעהט אבער אויס אז היינט האט איהם די בעט אויסגעשפיגן אביסל פריער, ער קומט צו נענטער און קוקט מיך גוט אן, און דאן געט ער א שפיי אויס דעם מיליאן דאלער'דיגן פראגע... חיים יחזקאל, דו רויכערסט?? ניין זאג איך איהם, איך מאך זיך נאר ווי איך רייכער אז אלע אידן וואס ווילן נישט אליין קויפן ציגארעטלעך זאלן קומען ביי מיר שנארען...
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 578
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 20, 2019 12:11 pm

דא האט איר א וויכטיגע ליד אויף דער טעמע, פון איינר וואס גייט ביים נאמן Johnny Cash

Now you've all heard foolish questions and no doubt you've wondered why
Some person will ask a foolish question and expect a sensible reply
Like when you take your girl some candy, say maybe just after tea
You notice how she'll grab it and then she'll say, "Is this for me?"

Foolish Questions! You can answer when you can
"No I bought this candy for your Ma or Pa, or for John the hired hand
"I just thought you'd like to see it. Now I'm gonna take it away"
Now wasn't that a foolish question? You'll hear 'em ev'ry day

And then most every morning, there is someone 'round the place
Who sees you take the shaving brush and lather up your face
And as you give the razor a preliminary wave
This fool will walk up and ask you, "Are you gonna take a shave?"

Foolish questions! Your answer is, I hope
"No! I ain't prepared for shavin', I just like the taste of soap!
I kinda like to take the shaving brush and paint myself this way"
Now wasn't that a foolish question? You'll hear 'em ev'ry day!

Now then there's this fella who meets you on your way
And asks you why your all dressed up and listens while you say
That you just been returning from the funeral of poor old Uncle Ned
As soon as you have told him, he will say, "Is Ned dead?"

Foolish questions! You might as well reply
"No, he thought he'd have the funeral now. Then later on he'd die
You know Ned was always so original, he wanted it that way"
Now wasn't that a Foolish Question? You'll hear 'em ev'ry day!

Now suppose the elevator guy should forget to close the door
And you should tumble down, oh say forty-seven floors
And when you reach the bottom and you're lying there inert
Some fool will stick his head down the shaft and holler, "Are you hurt?"

Foolish Questions! Your dying words are
"No! I was in an awful hurry and that elevator's just too slow
Usually saves a lot of time, you know, comin' down this way"
Now wasn't that a Foolish Question? You'll hear 'em ev'ry day!

That was a Foolish Question! You'll hear 'em ev'ry day!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8431
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2951 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7899 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט