סמבטיון האט געשריבן:איך דארף איינעם קאנווינסן אז דעס האט עפעס א זלוני געמאכט אין ראדני ?
אז מען רעד שוין, ווער עס וויל קען ביי שטייערן לכבודי, ביי צישרייבן אז דע נדבה קומט פון קאווע שטיבל לכבוד סמבטיון
טשיל מיי פרענד
די אשכול ליגט אין שמייכל....
אדונינו האט געשריבן:זיי לייגן כסדר צו שעות, די 30 שעה ענדיגן זיך צוויי אזייגער, אבער לעת עתה איז נאך דא איבער 12 שעה צו גיין.
גדליה האט געשריבן:מ'רעדט א דורכפאל לפי ערך כבוד בית בעלז. אז מ'האט זיך געראכטן אויף פינעף און ס'איז אריינגעקומען האלב איז עס א דורכפאל כלפי די ציהל.
בעלזע רבי איז פון די גרעסטע רבי'ס און מ'ארבעט שוין וואכען און חדשים אויף די קאמפיין, ס'איז נישט קיין בליץ קאמפיין.
די עיקר געווינס איז אז אזויפיל "פרעמדע" האבן בייגעשטייערט. אויב בעלז וויל קענען זיי שטאלצירן דערמיט.
צפור בודד האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:מ'רעדט א דורכפאל לפי ערך כבוד בית בעלז. אז מ'האט זיך געראכטן אויף פינעף און ס'איז אריינגעקומען האלב איז עס א דורכפאל כלפי די ציהל.
בעלזע רבי איז פון די גרעסטע רבי'ס און מ'ארבעט שוין וואכען און חדשים אויף די קאמפיין, ס'איז נישט קיין בליץ קאמפיין.
די עיקר געווינס איז אז אזויפיל "פרעמדע" האבן בייגעשטייערט. אויב בעלז וויל קענען זיי שטאלצירן דערמיט.
פליז, 3 מיליאן איז קיינמאל קיין דורכפאל נישט חוץ אז ס'וואלט געווען אלעס אדער גארנישט, נאר זיי האבן נאך אזויפיל שכל.
אדיר_אדירינו האט געשריבן:אויב ס'איז א דורכפאל איז עס און די נומבער פין געיבערס.
א קליינע מאנסיער בעלזער בית המדרש האט געמאכט א קאמפיין לעצטענס.
זיי האבען געהאט 5,500 donors.
"מרכז בעלזא", וואס האט ארום געשיקט די רבישע אייניקלעך , און אפילו ר' אהרן מרדכי אליינס איז געקומען קיין אמעריקע אנציווארעמען דעים עולם.... אין זיי האבען סו פאר 32,000 donors.
און דאס איז בעלזא פון די גאנצע וועלט; ארץ ישראל, איירופה, קענעדע, און אמעריקע.
ס'זעהט נישט אויס אז די המון עם פון בעלזא איז גאר ווארעם צי די קאמפיין.
איז עס א דורכפאל ?
אפשר גאר פארקערט. א סימן אז די עולם שבגולה איז מער נישט אזוי בלינד, זיך איבער צישטרענגען פאר די איזרעיליס ווען די לאקאלע מוסדות שטייען גארנישט אזוי גיט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעיקוואד תומכי שבת, מיט אנגעפער 180 מתנדבים, האבען געשאפן 1.8 מיליון אין א טאג פאריגע אלול. חסידות בעלזא רעדט פון טויזענטער נדבנים, ווייל יעדער שווארץ באזאקטע, בלאסען געזיכטע חסיד איז בע"כ א מתנדב. פינף מיליון איז גארנישט אזוי אייאייאיי. ובפרט ווען מ׳טראכט אז אלס קען זיין פון אינעווייניג, אוו מ׳געדענקט נאך וואס איז געווען ווען דער צענטער האט זיך פארזוימט.
מ׳קען עס ספינן אלס א ריזיגע געווינס, אבער אינדערויסן זעט זיך עס אויס ווי גארנישט אבנארמאל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכבוד די פארטיי מעג מען שעלטן אויך. דער עיקר איז אז יעצט האסטו דער זיג און מארגן הייבט זיך אן די נעקסטע שטאפל פון די קאלאר וואר.
א פרייליכן חגא פאר אלע ט׳ שבט סעלעברעיטערס. ביטע לאזט אביסל פאר די י׳ שבט מענטשען און די י"ב׳ניקס. זיי מעגן אויך שפילען קאלאר וואר.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk