א הארצרייסנדע געשיכטע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

א הארצרייסנדע געשיכטע

הודעהדורך לולקע באנוצער » זונטאג מערץ 17, 2019 4:44 am

פראפעסאר דזשעיק סטערן האט צוזאמגעפאקט זיינע ביכער. ווי יעדן טאג נאך די לעקציע האט ער אלעס אריינגעפאקט אין זיין אפגעריבענעם כמעט-צוריסענעם "מאריסאן'ס" זעקל, און זיך געמאכט גרייט צו גיין.ער האט זיך שוין אט געהאלטן ביים אויפשטעלן ווען ער האט באמערקט א שעמעוודיגן פנים קעגן איבער אים.

קריס ראבערטס איז געווען א פלייסיגער תלמיד מיט אויסערגעווענליכע כשרונות. "דער וועט נאך זיין דער קומענדיגער וואן ניומאן" פלעגן זיך די פראפעסארן שושקען צווישן זיך, טראץ וואס ס'איז געווען וואס האבן גע'טענה'ט אז ער וועט ענדערש זיין א איינשטיין. זעענדיג אים יעצט שטיין פאר זיך האט זיך פראפעסאר סטערן געוואונדערט וואס דער יונגער דזשעני וואלט געקענט וועלן פון אים.

"א דאנק פאר די לעקציע" האט קריס זיך אנגערופן.

"דאס אלעס?" האט פראפעסאר סטערן הערצליך געלאכט. "מאך דיך נישט נאריש, קריס טייערער, מיר ביידע ווייסן אז דו ביסט געקומען פרעגן עפעס. שעם דיך נישט, לאמיר הערן וואס דו האסט צו זאגן."

א פארשעמטע פאררויטלטקייט האט געשוועבט אויף קריס' פנים. "גערעכט, פראפעסאר. אממ..." – דא איז געקומען א הוסט, ווי גלייך ער געפינט זיך יעצט אין עפעס א פארשטויבטן בונקער. "קוק, שוין א לענגערע צייט וואס איך וויל דאס וויסן און איך טרוי מיך נישט צו פרעגן. וואס איז דאס אידישקייט?" האט ער ענדליך ארויסגעשאסן.

"הממ...", פראפעסאר סטערן האט אויסגעגראדט זיין לינקע וואנצע. "אידישקייט איז א גלויבן וואס גלייבט אינעם איינציגן גאט. אנדערש ווי די קריסטן גלויבן זיי נישט אין יעזוס קריסט, און זיי האבן אים טאקע גע'הרג'עט. אבער צו וואס דארפסטו דאס צו וויסן?"

"איך... איך האב געטראכט...", קריס' פנים האט געטוישט קאלירן, ער האט איינגעזען אין וואסערע פלאנטער ער איז אריינגעפאלן. פארצווייפלט האט ער א בליק געגעבן אויף זיין האנט זייגער. "איך דארף כאפן מיין באס", האט ער זיך אנגערופן מיט א דרינגענדע שטימע. "א גרויסן דאנק." האט ער צוגעלייגט שטייענדיג שוין מיט איין פוס אינדרויסן.

סטערן האט געצויגן מיט די פלייצעס. ' מ'זאגט אויף אלבערט איינשטיין אז ער איז געווען עטוואס קוריאז. קוקט אויס אז ס'קומט מיטן פעקל'. ער האט ארויסשפאצירט פון צימער.

* * *

קריס ראבערטס איז געווען א גאון. אזאנס וואס מ'טרעפט נאר איינס אין פינף הונדערט מענטשן. צווישן די מענטשן וואס האבן באוואונדערט זיינע כשרונות איז געווען ער זעלבסט. ער האט געוואוסט אז ער פארמאגט אן איי-קיו פון 180, וואס איז זייער זייער זעלטן. ער האט זיך אפט געפלאגט מיט די מחשבה פארוואס פונקט ער האט זוכה געווען צו דעם מתנה.

פונקט פאריגע וואך איז אים אבער אויסגעקומען צו ליינען אן ארטיקל וואס האט אים אויפגעברענגט פעדימער פון הסבר. געשטאנען איז דארט אז דאס אידישע פאלק פארמאגט א העכער ווי געווענליכע קלוגשאפט, און נאכמער; דאס רוב פון די אויבערשטע שיכט, די קלוגסטע מענטשן אויף דער וועלט, באשטייט פון אידן.

דאס האט אויפגעברענגט פאר קריס א ווילדן מחשבה אין קאפ. "איך בין א איד", האט ער באשלאסן. "דאס איז דער איינציגסטער הסבר צו די גאנצע זאך."

נאך עטליכע נישטערייען אויפן אינטערנעט איז ער אנגעקומען צו עפעס א מעשה פון א גוי וואס האט אנטדעקט אז ער איז א איד ווען ער האט געזען זיין מאמע צינדן ליכט פרייטאג צונאכטס. קריס האט באשלאסן אז דאס איז עס. ער גייט דאס נאכקוקן און זען צי געפינט זיך עפעס אמת אין זיין השערה.

געווען איז דאס אויף א דינסטאג. קריס האט קוים געקענט ווארטן אויף פרייטאג, און איז אגאנצע וואך געשפרינגען פון די הויט.

דאנערשטאג האט ער באשלאסן אז אין פאל ער איז א איד, דארף ער דאך וויסן וואס דאס באדייט. און דאס האט צוגעברענגט דעם אומגעשמאקן שמועס מיט פראפעסאר סטערן.

* * *

שוין, ב"ה כ'בין פערטיג מיטן טשולענט, מ'גיימיר שוין אט אט אויסלעשן דעם עקזאסט פען דא אין ביה"כ. כ'וויל אייך אבער נישט לאזן נייגעריג, איז וועל איך אייך דערציילן דער סוף פון די מעשה. דער סוף איז געווען אז קריס האט אנטדעקט אז זיין מאמע צינדט נישט קיין שבת'דיגע ליכט, וואס האט אים געברענגט נאכצופארשן אין זיין משפחה'ס יחוס פון ביידע זייטן. נאך יארן פון פארשונגען און די.ען.עי. טעסטס האט זיך ארויסגעשטעלט אז קריס האט נישט קיין טראפ אידישע בלוט אין זיך, און קריס איז געבליבן א פאלנער גוי. אבער נישט סתם פאלנע, נאר נאכמער פאלנע פון אנדערע (איינער ווייסט וואס דאס ווארט באדייט?). נאך עטליכע יאר האט ער זיך אומ'מזל'דיג אויסגעגליטשט אויף א באנאנע שאלעכץ שטייענדיג אויף אן עסקעלעיטאר, געכאפט א הארץ אטאקע און איז געשטארבן. כן יאבדו כל אויביך ה'.
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 17, 2019 12:29 pm

און וואס איז ווייטער געווען מיט דער פראפעסאר? ער איז אויך געווען א מחותן מיט די באנאנא שאלאכץ?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8176 מאל

Re: א הארצרייסנדע געשיכטע

הודעהדורך לולקע באנוצער » זונטאג מערץ 17, 2019 1:09 pm

וויאזוי האסטו געוואוסט? די באנאנע שאלעכץ איז געקומען פון א באנאנע אויפגעגעסן דורכן פראפעסאר.
באניצער אוואטאר
לולקע באנוצער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 12:10 am
האט שוין געלייקט: 531 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט