דער אנטי- פעמיניע געזעץ אין איראן:

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער אנטי- פעמיניע געזעץ אין איראן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דורכאויס די ביבעלישער עפאכע איז זיך אמאל פארלאפן א שרעקליכע געשיכטע.

א געוויסע פערסישער מאנארך האט אמאל געפראוועט א מייעסטעטישע מאהלצייט, וואס האט זיך געצויגן פאר גאנצע דריי מאנאטן אן אפשטעל. גאנצע דריי מאנאטן נאכאנאנד איז דער עולם געוועזען אין די הויכן, מ'האט געשוועבט אין די העכערע ספערן, און געזען ווי ווייסע לעבעדיגע מלאכים שוועבן אין די לופטן... נישט געווען קיין געשעפטן, קיין לעבן, קיין ווייב און קינדער, גארנישט, גארנישט, דער גאנצער טאג האט זיך געדרייט בלויז ארום דעם פלעשעל. מ'האט האט ארום שפאצירט פון טיש צום צווייטן מיט גראנדיעזע בעכערס אין די הענד, און פארזוכט פון אלערליי זעלטענע טייערע אלטע וויינען, וועלכע זענען פריש געברענגט געווארן פונעם קייזערליכער וויין שעלטער, אזש ס'איז געווען יום טוב אין דער וואכן...

דער קעניג זעלבסט האט זיך געלאזט וואוילגיין אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם, די אויגן זענען אים געווען אין גאנצן פארגלאנצט, ער האט געכארכלט ווי א אקס ביי די שחיטה, זיינע געדרייטע רויטע וואנצן האבן נישט אויפגעהערט צו טראפן פון די פערסישע ווערסיע פון קאַבערנעטישע און שהאַטאַנאפישע וויינען.
די דריי מאנאטן זענען געלאפן ווי א אויגן בליק, אבער דער שיכורער קייזער איז נאך גאר נישט געווען פארטיג, נאך דריי מאנאטן שיכורען האט ער באשלאסן צו מאכן א פרישער מאהלצייט, ביי וועלכע מ'האט ווייטער געזאפן זיבן טאג נאכאנאנד... אבער אינעם זיבעטען טאג איז שוין דער וואנזיניגער קייזער געגאנגן אינגאנצן באנאנעס... ער האט באפוילן נישט מער און נישט ווייניגער אז דאס דאס'ל זיינס זאל קומען צו רומפאזשירן אן אנטבלויזטע, גענצליך קליידערלאז, גענוי ווי מאמע חוה האט שפאצירט אינעם גארטן פון עדן, איידער זי האט געגעבן צו פארזוכן פאר טאטע אדם פון די פארבאטענע פרוכטן... די אנוועזענע זענען געווארן פרייליך און גוט מוטיג... ס'גייט זיין יום טוב... זיי האבן גאר נישט פארגעזען וואס פאר א שווארצער ספעקטאל ס'האלט זיך אט ביים אנטוויקלען... ווען דער קעניגן האט געהערט דעם וואזשנעם פארארדענונג פון איר באזאפענעם וואנזיניגער מאן, האט איר באפאלן א שווארצער קדחת, אזש פאר שרעק און אויפברויז באנאזאם איז זי באלד פארוואנדלט געווארן פאר א שוואנץ-באהאפטענע באשעפעניש, און דאס צארטע געזיכט אירע איז אויסגעשלאגן געווארן מיט אויסשלאגן און קרעץ, אזש זי האט געמיינט אז זי גייט פון זינען אראפ. זי האט זיך טראציג אנטזאגט צו ערפולן דער קייזערליכער פארארדענונג.

ווי ס'איז זעלבסט-פארשטענדליך האט דער קייזער געברויזט ווי טיגער, הייסע פארע איז געקומען פון זיינע נאז לעכער, און די סלינע איז אים גערינען פון פיסק ווי הייסע לאווע פון א אויפרייסענדע וואלקאנישער בארג. ער האט געדינערט מיט זיין באסעווע שטימע, אז די אנוועזענע אסטראנעמער און צייטן-ווייסער זאל זאפארט אויפקומען מיט א פאסיגער אורטייל, וואס צו טאן מיט זיין ווידערשפעניגע ווייב. ווי עס שיינט האבן זיי נישט געקענט אויפקומען מיט קיין פאסיגער אורטייל, אדער האבן זיי זיך אין יעדענס פאל נישט געוואלט מישן אין יענעמ'ס שלום בית, ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין.

אנאליזירענדיג די געפארפולע סיטואציע, האט דער פרעמער מיניסטער פון פערסיע אומגעפרעגטערהייט באשלאסן אריינצושפרינגן אינעם בילד. ער האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט פארוואנדלט די קייזערליכער שלום בית סימוטאכע, צו נאציאנאלע נויט סיטואציע. ער האט דעקלערט מיט א פעסטקייט אז אויב דער קייזער וועט נישט נעמען קיין סאפאנטאנישע שריט, וועט דאס גאנצע לאנד אריין פאלן אין א כאאסישער צושטאנד. נעמליך, די פרויען אין לאנד וועלן זיך הייבן די קעפ, און אנהייבן צו געוועלטיגען אויף די מענער, און דאס טאר מען אויף קיין שום פאל נישט צולאזן, האט דער פרעימער דעקלערט מיט אייפער. ווי עס שיינט איז דער פרעימער קיין גרויסער פעמיניסט נישט געווען.

די אנוועזענע האבן איינגעשטימט מיטן וואנזיניגער פרעימער, און דער אנטי- פעמיניע געזעץ איז פארוואנדלט געווארן אלס עמטליכע געזעץ אין לאנד. ס'איז געווען א שווארצע טאג פאר די פעמיניסטן. און די קעניגן אינאיינם מיט איר שוואנץ איז געהאנגן געווארן אינעם צענטער פונעם שטאט מיט גרויס שאנדע.

אין א זייטיגער נאטיץ: דער זעלבער פרעימער איז גלייכצייטיג אויך געווען א וויסטער ראסיסט, ער האט אונטערגעקויפט דעם קעניג, אז ער זאל אים ערלויבן דורכצופירן א הוילעקאוסט אויף א גאצע פאלק, וואס ער האט נישט געגליכענט, צוליב א האלטער געפעכט וואס יענע פאלק האט געהאט מיט זיין זיידען בעפאר. אלענספאלס, מ'האט אים שפעטער געהאנגן אינאיינעם מיט זיינע קינדער אינעם הויף פונעם קעניג, אויף א אלטער פארפוילטער האלץ וואס האט נאך געשטאמט פון די צייטן פון נח.

זי''ע...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר