דער געוויין פון די פאשיטלעך.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

דער געוויין פון די פאשיטלעך.

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 01, 2019 1:03 pm

דאס אלעמען באליבטע נארהאפטיגע אונגארשער פאשיט איז אונטער אטאקע.

אין די לעצטע מאנאטן איז דער וועלט געבענטשט געווארן מיט א פרישע פארזארגער. פון די נאכגעלאזטע גאסן פון דרום בראנקס האט ארויסגעשפראצט א פרישע פארזעעניש מיטן נאמען אַלעקסאַנדריאַ אָאַסיאָ קאָרטעז. די דאזיגע צופארענע מיידעלע שטעלט זיך ארויס פאר א אומגעבעטענע וועלטס פארזארגער, זי האט זיך אנגעלייענט אין שולע מיט אלערליי מארקסיסטישע ליטאטור, און זי איז אויסן דאס ארויף צו צווינגן אויף די מענטשהייט. אפגעזען אז ס'איז אויסגעדראשענע און אפגעפרעגטע פילאזאפיע וועלכע איז אויסגעשלאסן קעגן די אמעריקאנער ווירדן און קעגן די שכל. די דאזיגע קרנהאפטע מיידעלע לעבט מיט אילוזיעס אז דער וועלט גייט אונטער גיין ביז 12 יאר, אויב מען אקטעוויזירט נישט זאפארט איר גרינער חלום. זי דארשט פאר אויפמערקזאמקייט און אז איר רינערכיגע געזיכט זאל פארשמירן די טעלעוויזיע. דאס אלעס קען נאך מיט גיין, זאגאר בלויז נישט דאס...
מ'קומט אהיים נאך א שווערע טאג ארבייט, דער הונגער נאגט, דער מאגען פאדערט דאס זייניגער. דער טיר פון הויז שפארלט זיך אויף, און א אנגענעמענע גרוך פארפילט די גאנצע לופט, אזש די סלינע פן מויל הייבט אן רינען. די פיינע פרישע פאשיטלעך שווימען זיך אזוי שיין ארום אינעם אויל, און דער ברוינער קאליר דעקט ביסלעכווייז איבער דעם פאשיטעל, מ'קען זיך נישט דערווארטן צו פארזוכן פון די פיינע נארהאפטיגע געפרעגלטע פאשיטלעך. אט קומט דער קראנקע לאטינא מיידעלע קאָרטעז און דראהט מיט א פרעכהייט אוועק צו רויבן פון אונז אונזער באליבטע פאשיטלעך. נישט צו גלייבן, מיידעלע קאָרטעז וויל אז די אמעריקאנער רעגירונג זאל אריין קריכן אין יעדנס טעלער און דורכפירן רוטינע פאשיט רעוויזיעס....
מיר וועלן קעמפן מיט ציין און נעגל קעגן יעדע פרואוו דורכצופירן א פאשיט-פארבאט.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1630
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1744 מאל

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: גראדעמעכעלע און 3 געסט