חג הפסח במשנתו של ר' קטלא קניא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

חג הפסח במשנתו של ר' קטלא קניא

הודעהדורך קטלא קניא » מיטוואך אפריל 17, 2019 12:35 pm

אין דיזען אשכול וועט דורכגערעדט ווירדן די ענינים פון פסח וואָס איטליך בני ישראל צו ריידן גלוסט ווען יוצא ער איזט והגדת לבנך נאָר ער איזט נישט ביכולת וואַרום אין דיזע הגדות וואָס זענען ביים סדר כחצי גורן עגולה (דעשבאָר"ד בלע"ז) אין פאָרנט פון איהם אָפען זיינען דיזע דברי תורה צענזאָרירט און פאַרבאָטן. אויך טאָרן זיי ביי דעם סדר טיש נישט אַ שמייכל טוהן שמא יקדים ושט לקנה ויבא לידי שחוק און דער שווער אדער די איידעמער דערמאַנען וועלן אַז ביי די דאָזיגע סדר איין מצוה איזט ווי איין מלך שטרענג צו זיין און אויכעט די הויזגעזונד ווי קנעכט צו באַפעלן. אַלזאָ זאָל איטליך היער דערמאַנען זיינע אזלא גרש פון "כאלה" און ענלעכע פרפראות לכבוד החג. וזה החלי בעזר צורי וגואלי.

שער מאַשין מצות
רבי: צי ווייסט דו פון עניני מאַשין מצות?
תלמיד: מורי ורבי היקר, איך בעט אייך זעהער איהר זאָלט מיר דערלייכטערן מיט אייערע גאָלדענע רייד אַזוי ווי איהר האָט מיר שוין פיעל מאָל דערלייכטערט מיינע אויגן. איך וועל פון אייך דאָס מאָל פירלאַנגען איהר זאָלט אַזוי גוט זיין און מיר ערקלערן דאָס מיינונג אַז מיר באנוצן זיך נישט מיט מאַשין מצות אויף פסח.
רבי: עס איז געווען אַ גרויסער און הייליגער צדיק דער צאַנזער רב זי"ע וואָס האָט געזאָגט אַז מאַשין מצות זענען חמץ גמור.
תלמיד: ליעבער רבי, שוין וויפיעל מאָל האָב איך מיך זעלבסט געוואונדערט אויף דעם דאָזיגן איסור און איך בין אייך שטאַרק דאַנקבאַר. כדי בעסער צו פאַרשטיין דעם ענין איז דאָס דער זעלבער צאַנזער רב וואָס האָט געזאָגט שרעקליכער זאַכן אויף דעם הייליגער רוזינער צדיק זי"ע און זיינע קינדער?
רבי: ליבער תלמיד, אַזוי טאָר מען נישט רעדן. דאָס זענען געווען העכערע זאַכן און מיר פאַרשטיין דאָס נישט.
תלמיד: אָקעי רבי, איז קענט איר אַזוי גוט זיין און מיר זאָגן נאָר וועגן מאַשין מצות? אויב זיי זענען חמץ גמור זענען אלע אידן וואָס עסן דאָס חייב כרת?
רבי: חלילה, מען טאָר דאָס נישט זאָגן און דער הייליגער צאַנזער האָט דאָס נישט געמיינט, אָדער אפשר נאָר אין יענער צייטן.
תלמיד: איז פאַרוואָס טאָר מען היינט נישט עסן מאַשין מצות?
רבי: ווייל דער צאַנזער רב זי"ע האָט נישט ליב געהאַט מאַשינען ווייל מאַשינען זענען מאָדערנע זאַכן און מאָדערנע זאַכן קענען אונז אַוועקפירן פון דער תורה.
תלמיד: אַזוי ווי סמאַרטפאָונס?
רבי: מיין קינד! דו ביסט קיין עין הרע אַזוי געראָטן. זאָל דיר דער אויבישטער ווייטער בענטשן. נעם עס גוט אין האַרצן, יאָ טאַקע ווי סמאַרטפאָונס. ווייל אויב מען נוצט מאַשינען אויף מצות קען מען קומען צו דאַווענען און צו בענטשן אין אַ סמאַרטפאָון חס וחלילה.
תלמיד: אָבער רבי, אויב מאַשין מצות זענען נישט עכט חמץ און ער האָט נאָר אַזוי געזאָגט ווייל ער האָט נישט ליב געהאַט מאַשינען פאַרוואָס האָט ער געזאָגט אַז זיי זענען חמץ גמור?
רבי: ווייל אין יענער צייטן האָט מען געזאָגט אַז די מאַשינען זענען נישט כשר ווייל די מאַשינען דעמאָלט זענען נישט געווען אַזוי גוט ווי די היינטיגע.
תלמיד: חשובער רבי, איך קען נאָך אַלץ נישט פאַרשטיין פאַרוואָס דער צאַנזער רב האָט נישט ליב געהאַט מאַשינען. אונז האָבן אַ סך מאַשינען אין דער היים צו וואַשן קליידער און וואַשן כלים און ריין צו מאַכן די טעפּעכער. אויכעט הייליגע רבי'ס פאָרן אַרום אין גרויסע שיינע אויטאָס וואָס זענען אויך מאַשינען.
רבי: מיין תלמיד, דו פרעגסט זייער גוט און איך וועל דיר ערקלערן. די זענען מאַשינען סתם צו לעבן אָבער צו מאַכן אַ מצוה מיט אַ מאַשין האָט דער צאַנזער רב נישט געלאָזט. לייג צו דיין אויער און איך וועל דיר געבן א משל. ווען דו גייסט אַמאָל אין א שול וואו עס דאַווענען אידן וואָס האָבן נישט אַ באָרד און זיי האָבן קליינע, געשטריקטע, געפאַרבטע קאַפּלעך האָסט דו באַמערקט אַז עס איז אַנדערש ווי אונזערע שולן? דער שול איז רוהיג און אויפגערוימט, אידנערויסן איז דאָ איין קליינער קראַן מיט איין טעפּל און פּאַפּיר זיך אָפּצואווישן די הענט, אינערווייניג זענען די לעמפּ האַלבּ טונקל, עס זענען דאָ ווייניג ספרים און כמעט אַלע סידורים ליגן אין דער שאַפע, אויף די טישן זענען נישט דאָ טליתים און תפילין בייטלעך און ביים עמוד זענען דאָ בירנעס וואָס מען צידנט אָן פאַרן דאַווענען און מען פאַרלעשט נאָך עלינו. האָסט דו דאָס שוין באַמערקט?
תלמיד: יאָ. איך געדענק איך האָב אַמאָל געדאַוונט אין דער שול אין דער עירפּאָרט אין ארץ ישראל און דאָרט איז אַזוי געווען.
רבי: אַצינד טראַכט ווען דו קומסט אין אַ שול וואו עס דאַווענען אייניקלעך פון דער צאַנזער רב און ענלעכע חסידים, זענען דא קאַווע טעפּלעך און מילעך לעבן דער אַריינגאַנג, פיל טעפּלעך אינדערויסן זיך צו וואַשן די הענט און לאַנגע האַנטעכער וואָס גיין אַרום און אַרום, סידורים און חומשים און גמרות און משניות אויף אַלע טישן, מענטשן לויפן אַריין און אַרויס, איבעראַל איז דאָ נאָך אַ בייטל מיט לייבן און בריליאַנט שטיינדלעך, דער שול האָט גרויסע שטאַרקע לעמפּ, און ביים עמוד ברענען אַ מינימום פון צוויי ליכט מיט אַן עכטע פייער און אַרום אויף דער פּלאַסטיק איבער דער עמוד דעקל און אויף דעם גרויסן שליח ציבור סידור זענען דאָ פיל טראָפּן פון וואַקס.
תלמיד: איך האָב בעסער ליב צו גיין אין אונזער שול וואָס זעט אויס ווי ביי די אייניקלעך פון דעם צאַנזער רב ווייל דאָרט געבט מען סעלצער ביי שלש-סעודות און אַ סך מאָל אויך קאָקאָש קוכן נאָכן דאַווענען.
רבי: זאָל גאָט דיר בענטשן און לאָמיך דיר געבן אַ קוש אויפן שטערן. יעצט לאָמיך דיר זאָגן דעם נמשל צו די מצות. אַז דו קויפסט א שאַכטל מיט מאַשין מצות זענען אַלע מצות פשוט פיר-עקיג, נישט צו גרויס, נישט צו קליין, נישט צו דיק, נישט צו דין, נישט צו ווייס נישט צו שוואַרץ, אַלע די זעלבער, מסודר אין אַ פּלאַסטיק אין אַ שאַכטל. אָבער ווען מען קויפט אונזערע סאָרט מצות זענען זיי גרויסע און קליינע, שוואַרצע און ווייסע, גלאַטע און איבערגעבויגענע, גאַנצע און צוקרישעטע, דיק ווי אַ ברעט און דין ווי פּאַפּיר, פאַרברענטע ווי אַש און רויע טייג פאַר אַ זכר צו דער איסור פון געבראָקס. און ווען מען קומט אין אונזער סאָרט שולן וואָס איך האָב דיר געזאָגט אין דער משל, וואו מען האָט אויך ליב אַ סך צו שמועסן איבער אַזויפיל קאַוועס, קען מען זיך דינגען וועלכע מצות זענען דעלישעס און וועלכע קראַכן ווי א פּיקל, ווער האָט צו באָרגן שלימות און ביי וועם זענען אַלע צובראָכן, און אויך ביי וועם די בני מעיים זענען ווי חרוסת און ביי וועם לא עלינו ווי נישט צוריבענער חריין. און דאָס האָט דער הייליגער צאַנזער רב ליב געהאַט.
תלמיד: אָבער מיין טייערער רבי, פאַרוואָס זענען זיי נאָך היינט ווי חמץ גמור. היינט זענען מאַשינען פיל בעסער ווי דעמאָלט?
רבי: דאָס איז שוין א חשש פון אפיקורסת. דער צאַנזער רב האָט געלעבט אין דער היים וואָס איז געווען אַ סך בעסער ווי ביי אונז. דער הימל איז געווען פיל בלויער און דער גראָז מער גרינער. צי געדענקסט דו וואָס רש"י זאָגט אויף "שמלתך לא בלתה מעליך".
תלמיד: יאָ אוודאי. אַז ווען די אידן זענען געווען אין דער מדבר האָבן די ענני כבוד געביגלט זייערע קליידער.
רבי: אָט אַזוי. ווען מיר האָבן געהאָט אמת'ע צדיקים זענען זיי געווען ווי ענני כבוד און זיי זענען געווען די בעסטע מאַשינען. היינט אָבער האָבן מיר שוין נעבעך נישט די אמת'ע צדיקים דאַרף מען אַזוי פיל מאַשינען.
תלמיד: איז היינט מעג מען שוין עסן מאַשין מצות?
רבי: חלילה, ווייל דער צאַנצער רב האָט אויך געהאַט אַ טעם הכמוס, דאָס מיינט אַ פאַרבאָרגענעם טעם וואָס ער האָט קיינעם נישט דערציילט.
תלמיד: ליעבער רבי, אַזוי ווי פרה אדומה?
רבי: מיין ליכטיג קינד! טאַקע ממש ווי פרה אדומה. געדענקסט דו אפשר פאַרוואָס פרה אדומה איז אַ חוק און פאַרוואָס די גויים דערצערענען די אידן איבער דעם?
תלמיד: בעווייל ס'מאַכט טהור די טמאים אָבער איז מטמא די טהורים. איז ליעבער רבי זאָג זשע מיר וואָס איז דער צוגלייך צו מאַשין מצות.
רבי: טייערע תלמיד, לאָמיך דיר ערקלערן. האַנט מצות מאַכן רייך די אָרעמעלייט און מאַכן אָרעם די רייכע לייט. דערפאַר זענען זיי אַ מצוה ווי פרה אדומה. און אַזוי ווי פרה אדומה וועלן מיר האָבן ווען משיח וועט קומען אַזוי וועלן מיר האָבן האַנט מצות ביז משיח וועט קומען. יעצט גיי שוין אהיים וואַש אויס דער קאַר און שייל קאַרטאָפל און עפּל און פרעג נישט אַזוי פיל קשיות.
תלמיד: אָבער ליעבער רבי, איר האָט מיר נאָך נישט געגעבן אַ דבר תורה אויפן סדר.
רבי: ליעב קינד, עליך הכתוב אומר ישראל אשר בך אתפאר און אַ ברכה דיר אויפן קאָפּ אַז דו האָסט מיר דערמאַנט. מער פעלט מיר אויס אַז דיין פאָטער זאָל מיר באַשולדיגן אַז דו האָסט נישט געהאַט אַ תורה אויפן סדר. קום שוין צוריק און איך וועל דיר עפעס געבן. פאַרוואָס ביי די ד' בנים ענטפערט מען פאַר דעם רשע, דעם תם און דעם שאינו יודע לשאול מיט אַ פסוק און פאַר דעם חכם ענטפערט מען בלויז מיט א מימרא פון "אין מפטירין"?
תלמיד: טאַקע פאַרוואָס. איך האָב שוין געהערט אַזויפיל קשיות און קיינמאָל נישט דער קשיא.
רבי: הער צו וועל איך דיר ענטפערן. ווייל דער רשע, דער תם און דער שאינו יודע לשאול ווען זיי הערן אַ פסוק שלאָפן זיי באַלד איין און פרעגן מער נישט קיין קשיות. דער חכם ווערט אָבער בייז אַז מען דערמאַנט אים אַז ער האָט פארזען אַ בפירוש'ער פסוק ווייל ער קען דאָך אַלע פסוקים. איז וויאַזוי מאַכט מען אים שטיל? דערפאַר ענטפערט מען אים, "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן," גיי געב אַ הכשר אויף מצות וואָס מען נוצט אויף אפיקומן אַזוי אַז פאַר דעם וואָס קויפט די מצות זאָל גאָרנישט בלייבן אויף מפטיר. און אַז דו חכם וועסט אַזוי טון וועסטו זען אַז גאָרנישט וועט דיר מער נישט שווער זיין.
תלמיד: און פאַרדעם טאָר מען גאָרנישט עסן נאָך אפיקומן ווייל עס איז נישט געבליבן געלט אויף עפּעס אַנדערש?
רבי: ליעבער תלמיד דו געסט מיר אַזויפיל נחת. דאָס איז דעם אמת'ן טעם. אַצינד קענסטו גיין און האָב אַ כשר'ן פרייליכן פסח.
תלמיד: אויך אַ כשר'ן פרייליכן פסח פאר אייך רבי און אַ גוט יום-טוב.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » פרייטאג אפריל 19, 2019 2:14 pm

היינט נאך שחרית (אפשר אונטער די איינפלוס פון נישט זאגן מזמור לתודה) האט עמעצער מחדש געווען צי נאך געזאגט א חידוש אז די מנהגים ביים סדר כדי די קינדער זאלן נישט איינשלאפן האבן נישט "בעצם" מיט די קינדער והראי' אז ביי קידוש אויף שבת אדער אנדערע מצוות זעט מען נישט אז מ'זאל דארפן נעמען מיטלען אז די קינדער זאלן דארפן אויפבלייבן. נאר פסח איז אנדערש ווייל מ'דארף האבן די קינדער אז "איך" זאל קענען מקיים זיין והגדת לבנך.

קלער איך מיך ביי מיר אז מיט דעם איז שיין פארענטפערט די יש נוהגין צו שמייסן די קינדער אדער זיך בייזערן ווען זיי עסן צופיל כרפס אדער לייגן צופיל חרוסת אדער מיט אן עלנבויגן דרייען איבער א כוס'ע גרעיפ דזוס. וויבאלד לויט דעם פשט זענען די קינדער גארנישט בעסער ווי חריין. מיט חריין איז מען יוצא מצות מרור און מיט קינדער והגדת לבנך. נו, אז חריין ציפט הוסט מען און אז קינדער ציפן אדער ווילדעווען ארום שמייסט מען. אבער לגבי דער עצם חביבות המצוה און די אורות פון ליל התקדש החג און דער גרויסער התערותא דלעילא איז א הוס ארויף אדער א פאטש אראפ נישט מעלה ומוריד. זיי צושטערן דאך "מיין" מצוה איז פארשטייט זיך אז אחת דתם.

יעצט גיי זעץ דיך שוין אויפן פלאץ ווייל איך ווייס נישט וואס איך טו דיר. נו, האסט עפעס א תורה?
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » מיטוואך אפריל 24, 2019 12:17 pm

אן אפענער בריוו צום בעל שחרית אויפן צווייטן טאג פסח תשע"ט

א גוטן מועד אייך און זייט מיר מוחל אז איך הייב נישט אן מיין אגרת שלומים מיט א חג המצות יחוג בדיצות. נאך אייער דאווענען מיט די מייסטערישע תנועה'לעך און דרייעלעך און שטיקלעך איז דען שייך מוסיף צו זיין מיט א פאר מליצה'לעך? ממילא לעטס געט טו דער פוינט און טאקע ווי ביי אייך. קוים האט איר אנגעהויבן הא-ל בתעצומות און אייער קול איז שוין געווען מוכן ועומד און מער אנגעווארעמט ווי ביי אנדערע איז אפילו ביי "צרה ויגון אמצא". קען זיין דאס איז א השפעה פון די פסח'דיגע איי נאר וואס דארפן מיר זוכן הסבירים אז פון דארט איז געווען בלויז מוסיף והולך? למעשה האט איך געקלערט שרייבן פוחת והולך כנגד פרי החג און ס'איז טאקע געווען אויף רעכטס און אויף לינקס, פון אויבן און פון אונטן, לפנים ולאחור אזוי כמעט ווי ביי שאקלען לולב. און נישט בלויז ווייל אייער קול איז געפארן אין אלע ריכטונגן כסדר האר"י נאר אפט האט אייער דאווענען אויך עוואקירט דער "נאָאָאָ" ביי די נענועים. נאר פאקט איז פאקט און דער וואס האט געהערט בלויז אייער "ובכן" האט נישט געהאט קיין ספק איבער אייער קלא דלא פסיק.

איידער איך בין ממשיך מיט מיין אזמר בשבחין קלער איך שוין אויפן סוף מעשה במחשבה תחלה אז אפשר וועל איך מיך נישט דא אונטערשרייבן מיין נאמען. אמת, הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו נאר ביי אייך איז אן אויסנאם. נישט ווייל איך וויל אייך נישט פארשעמען מיט צופיל לויב, כאטש עטוואס פון דעם אויך, און חלילה נישט ווייל איך בין א מכה רעהו בסתר און איר קענט זיך דערפון באליידיגן. לא מיניה ולא מקצתיה. נאר פארקערט, מיין באהאלטן זיך איז גאר לשבח און אייער דאווענען האט איבערגעשטיגן אפילו קבלת התורה. דארט נאך צוויי דיברות האט כלל ישראל זיך געבעטן ביי משה רבינו'ן רעד דו מיט אונז ווייל מיר גיין אויס פון די קולות וברקים, און ביי אייך איז גאר געווען פארקערט. דער עולם האט זיך געבעטן, זיי ממשיך וואס לענגער ווייל אז מ'וועט ביי אונז צונעמען דער מתיקות וועלן מיר אזש אויסגיין. ממילא, סארא טעם וועט עס האבן אז איך וועל מיך אונטערשרייבן מיין נאמען כאילו איך בין דא א דעת יחיד, ווען אין אמת'ן איז ניטאמאל געווען א דעת יחיד מיט אפילו א האלבער ווארט פון קריטיק?

שוין, לאמיך נישט אינגאנצן איבערטרייבן און דעם אמת געזאגט זענען געווען איינס, צוויי ליצני הדור. נאר למעשה איז דאס צו ערווארטן ווען מען האנדלט מיט א בעל תפילה וואס לאזט איבער א רושם ווי ביי אייך ווען אפילו די טויבע לייגן צו אן אויער. פריער האב איך אייך פארגליכנט צו משה רבינו, און ביין אים שטייט דאך אויך "תשש כוחו כנקבה". פונקט בין איך געווען אין חדר שני זיך צו כאפן דאס אטעם נאך אייער "ברכו" און ס'קומט אריין איינער פון די אומפארגינערס און מאכט נאך אייער "וכולם פותחים את פיהם" וויאזוי איר האט ארויפגעצויגן מיט אן אויסטערלישן קוויטש. אנשטאט ער זאל באוואונדערן אייער קאפ שטימע האט ער דערמאנט עפעס וועגן א "קאַסטראַטאָו" און - דא מוזט איר מיר מוחל זיין פאר דער אומאיידלקייט - אויך מוסיף געווען בנוגע אייער ביצה אויפן נעכטיגן קערה. אדער עפעס ענלעך.

גלייבט מיר אבער אז איר דארפט נישט האבן קיין פאראיבל און איר קענט רוהיג זיך אומוויסנדיג מאכן. ווי איז מעגליך געווען צו הערן אייער "אור חדש על ציון תאיר" און נישט אויסגיין פאר התפעלות? אפילו אז צווישן דעם עולם זאלן האבן געווען אזוינע מיט בלעכענע אוירן וואס הערן אין לכה דודי און אין לא תבושי דעם זעלבן ניגון וואלטן זיי אויך אויסגעהיילט געווארן טאקע ווי ביי קבלת התורה. ווי א פיינער וויין, האט זיך געשפירט דערין פשט, רמז, דרוש אין סוד. די וואס זענען אין דעם באקאנט האבן אוודאי מבחין געווען די סובטילע רמזים פון סיראטא, א שנירל פון פינטשיק, איינגעוויקלט אין ראזנבלאט מיט א נאכ'טעם פון רויטמאן. און ממש ווי ביי די וויין מבינים איז געקומען אויסצושפייען נאך יעדן שלונג אז מען זאל האבן א קלארן מוח און אויער פאר דער קומענדיגער תנועה.

דאס איז אינגאנצן איין שטיקל וואס איך נוץ בלויז פאר א ביישפיל און איך קען צולייגן ביישפילן אן א שיעור. האט איר נאך איינס. איר קענט אוודאי דעם רויטן יונגערמאן, שלום משה דאכט זיך הייסט ער, איך קען נישט זיין פאמיליע נאמען. אפשר האט איר שוין געזען אז ער האט אזא טבע אז נאך ער קומט ארויף פון מקווה, געווענלעך ארום "נשמת", געט ער א שטויס אפן דער טיר פון ביהמ"ד און ער שטעלט זיך דארט אוועק ביים אפענער טיר און באטראכט דעם עולם, גרוסט דעם און יענעם מיטן קאפ, הערט אויס וואו מען האלט, קוקט זיך אום ווער די פנים חדשות זענען און סתם זען וואס טוט זיך. בשעת מעשה אזוי שטייענדיג ביים אפענער טיר איז ער זיך אויך מסדר זיין בארד, שאקלט אויס דער מקווה וואסער, גלעט עס אויס, פירט דורך די פינגער איידלערהייט חלילה נישט אויסצורייסן א האר, דרייט עס און קניפט עס און ווען ער איז פארטיג נעמט ער זיך א סידור און גייט צו זיין פלאץ. אדער אמאל כאפט ער ערשט א קאווע. בקיצור אויף יו"ט איז ער געקומען אביסל שפעטער, ער איז פון די סארט טיפן וואס האבן ביי זיך א מנין אויף ספירה ארום פיערער פארטגאס איז פארשטענדליך אז ער איז אביסל פארשלאפן. איר האט דעמאלט געהאלטן ביי "ובכן ישתבח" און איך זאג אייך ער איז אזוי שטיין געבליבן ווי פארגליווערט מיט די פינגער אין דער בארד זיינער ביז איר האט געפארטיגט "ברכו". עד כדי כך.

דער חידוש איז נאר אייערע יארן און געוויס קענט איר די משנה אין אבות איבער שותה יין מגתו און טרונקן יונגער וויין. נאר ביי אייך, כאטש אייער טלית איז נאך ווייס און אייער עטרה בליטשקעט נאך קומט אייער קול אינגאנצן מיט א דעת זקנים אין דער עלטער ערגעץ וואו צווישן די תשעים און עבר ובטל. שטארק ענלעך צו ר' אלעזר בן עזריה און זיינע כלומר'שטע זיבעציג יאר. נאר אז מען רעדט שוין, דאכט זיך מיר אז אויך איר דרש'נט ווי בן זומא ווייל עס האט זיך געשפירט ווי איר דאוונט "כל ימי חייך" און צומאל אפילו ווי די חכמים, "להביא לימות המשיח". עס האט זיך אבער אלץ געלוינט און די וואס טון נישט "אפרישיעיטן" א בעל תפילה פונעם אלטן חדר און מיינען אז טאמער האט עס נישט קארלעבאך באמצע איז עס אסור לבוא בקהל מעגן אויך אמאל הערן וואס דאס הייסט געדאוונט. אויסגעצויגן יעדער פתח און מאריך געווען ביי יעדער קמץ כמעט ווי א חתן אויף לילה ראשונה. עמעצער האט טאקע געזאגט אז א מזל ס'איז דער צווייטער טאג יום טוב ווייל ווען ס'זאל זיין דער ערשטער טאג וואלטן מען אפשר געשפעטיגט דעם אפיקומן צו חצות. פארדעם ארויף האט איר טאקע אראפגעלייגט א "ממקומך" וואס מובטחני אז נאך דער "אז" זענען געווען נאך וואס ס'איז דורך א מחשבה הלוואי טאקע בלויז "ממקומך". ווי האט יענער געזאגט, ווען דער חזן איז נישט ביי מיין מנין וואלט איך אויך מיטגעזינגען.

שוין דער זייגער רוקט זיך און איידער איך שליס מוז איך אויך עפעס זאגן איבער אייער הלל. איבערצוגעבן אייער הלל איז דאך אן עבירה דער צייט ווייל מינוטן פארמאגן נישט גענוג סעקונדעס צו באשרייבן אפילו אייער "מושיבי עקרת הבית". ביי "אם הבנים שמחה" האט מען זיך געזען מיט דער זילבער פאפיר אין דער קאך. נישט מחמת דער קול פון דער פאפיר ווען מען רייסט עס אראפ מוצאי פסח כאטש פון דעם איז אויך געווען א קלינג. מער ענלעך איז עס אבער געווען צו די צעקות פון אן "אם הבנים" ווען מ'קלעבט דער פאפיר, ווען די הכנות צום פסח זענען אין פולן קראפט און אין אזא מצב רופט אריין די גויטע אז זי קען היינט נישט קומען. אט אזא "אם הבנים" האט איר אראפגעלייגט וואס האט ממש געמאכט אז די פיס זאלן זיך וועלן הייבן אין א טאנץ, נאר בדיעבד אויך צו מאכן פליטה.

ווי קומט דאס אבער אלעס צום "מה אשיב" וואס האט איבערגעלאזט דעם עולם ווי ווילדע דארשטיגע הונט מיט די צונג אינדרויסן? דער וועלט מיינט אז ביי "לך אזבח" גיט מען א בייט איבער א נוסח כאילו ס'איז א טישטיך נאך מ'האט געענדיגט מיט דער מצה מ'זאל חלילה נישט עובר זיין אויף געבראקס. ווי איז אבער אז פונעם ערשטן כזית איז שוין אלעס געבראקט? נו, אויף דעם האט מען אייך געדארפט הערן. אייער "לך אזבח" איז נישט געווען עפעס סתם אפגע'שחט'ן מיט א שטומפיגן חלף. מען האט ממש געזען - און געהערט - דאס לעמל מעקן כצאן לטבח. אין אייער "פתחת למוסרי" איז געלעגן סיי א סיום און א טרויער אז מיר געזעגענען זיך פון דער נוסח וואס האט אונז געגעבן אייער "כי חלצת", ווי אויך א פרייד אז מען רעכטעט זיך שוין אויף עפעס פריש.

און איך קען אייך זאגן אז איר האט נישט אנטוישט. "לך אזבח" אליין איז למעשה געווען אין אזא כמו-ניגונ'דיגע נוסח וואס גייט מער ווייניגער האנט אין האנט מיט "נהרות ימחאו כף". כלומר די וואס ביי קבלת שבת פראווען זיי א "נהאָאָאָאָרות ימחאו כף יאַכאַד הרים ירננו" זיי געווענלעך לייגן אויך אראפ אזא "לך אזבח" און זענען דוחה דאס נוסח איבערטויש צו "בחצרות בית ה'" עטליכע פסוקים שפעטער. דאס איז אבער אלס א קליינער נפקא מינה ווייל ביי הללו את ה' כל גויים האט יעדער קלאר פארשאנען פארוואס די גויים זענען אזוי מלא שמחה? זיי האבן דאך נישט געדארפט זיין אין שול צוועלף אזייגער הערן אייער באם באם. באלד וועט מען מיר רופן א סעלף העיטער כאילו אייערס א דאווענען האט זיך צו שעמען פון א באך קאַנטאַטאַ, איז לאמיך שוין זאגן אז איך בין דא נאר צו לויבן און טאקע פונקט ווי די גויים.

איך מוז אויך צולייגן אז א גרויסער חלק פון דער פראכט פון אייער דאווענען האט נישט געהאט אזוי ווייט מיט אייער קול ווי מיט אייערע הענט. איך מיין נישט ווען איר האט זיך אויסגעברייטערט דעם טלית צו העלפן מיט אזא עולה ויורד, ווייל דעמאלט האבן די הענט שטארק אנגעכאפט די זייטן פון דעם טלית. איך קלער אז אייער סטיל איז צוליב א חשש איבער דער אומערפארונג פון די צוהערער אז זיי זענען נישט שטענדיג קולט דער עמקות וואס ליגט אין געוויסע פון אייערע שטיקלעך. אין אזא פאל קוקט מען זיך בלויז צו צו אייערע הענט און צו אייערע פינגער און באלד זעט מען צי אין דער שטיקל פסק'נט איר ווי ר' יוסי הגלילי אז דער אצבע מיינט צען מכות אדער אפשר גאר ווי ר' עקיבא אז אין יעדער מכה ליגן נאך פינף מכות. און אז איר האט געגעבן א שטרעק אויס איין פינגער ביי "זה היום" איז עס געווען נישט עפעס אנדערש ווי ראתה שפחה על הים. דער וואס האט געלערנט ווייסט, אז ווען נתקשה משה האט מען אים געוויזן א פינגער.

איך שליס שוין נאר ווען מ'האט איבערגעשמועסט ביים לייענען אייער דאווענען נאכן גרויסן שכוח נאך איידער איר האט אראפגעלייגט דעם ספר תורה אויפן באלעמער איז געווען חילוקי דעות איבער דער בעסטער שטיקל. איינער האט געוואלט טענה'ן אז אייער "מי זה מלך הכבוד" נאכן שיר של יום איז געווען שלא מעלמא הדין, כאטש פאר אנדערע איז מער געפעלן אייער שמע ישראל מיטן ספר אין די הענט וויבאלד דעמאלסט האט מען צום ערשטן מאל געקענט גלייבן אז מיר האנדלען מיט א ילוד אשה און נישט מיט אן אשה זעלבסט. שווער צו זאגן ווער ס'איז גערעכט נאר אזויפיל קען איך איבערגעבן אז פאר איינעם האט זיך גע'חשק'ט פון אייך צו הערן אן איזהו מקומן. ס'זענען געווען וואס האבן גראדע געפרעגט כיצד עלה בכבש, וויאזוי האט מען אייך בכלל צוגקעשיקט? נאר מיין שאלה איז, טאקע כיצד, ווען קען מען אייך נאכאמאל באשטעלן?

בך חותמין והיה ברכה און אייך מיינט עס טאקע מיט אייער "מגן אברהם" אויף אונזער ספיקא דיומא ווען ס'האט זיך גע'חלומ'ט פון "אסרו חג בעבותים".

האטס מיר א גוטן מועד.

מנאי השומע כעונה (וכל השומע יצחק לי)

קטלא קניא
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך קטלא קניא » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 1:07 pm

לויט @הוגה געהער גאלדי אין די דריי בערן אויך אהער ווייל דער נס האט פאסירט אין פסח און דער טשאלנט איז גאר געווען א פסח'דיגע. ער ברענגט אויך א גירסא פון הגדת אמסטרדאם (אדער אפשר סאראיעוואו) וואו ס'שטייט אין "ובכן ואמרתם זבח פסח" אוטער אות נ', "נערה תמימה יצאה ומצאה שלש דובים בפסח". אינטערסאנט אז ער האט נישט באמערקט אות ס', "ספל הפכה, מים שפכה וממטה קפצה בפסח".

אין אמת'ן האב איך טאקע דעריבער ארומגערעדט נעכטן צווישן מנחה און מעריב שטייענדיג ביים ארון קודש. פארן פשעטל גופא האב איך אויפגעדרינגן אז בזמן הזה איז דאס וואס מ'עסט נישט חמץ נישט אן איסור גמור נאר פשוט וועגן א חשש קטניות און איך האב דערצו געברענגט א געוואלד מיט מקורות און ראיות. דערנאך פאר פרפראות האבן מיר דערמאנט די דריי בערן והמסתעף וכמבואר בדברי הוגה בטוב טעם.

נ"ב פארגעסט נישט איידער איר מאכט אן עירוב תבשילין ארויס צו דרוקן דער פולמוס פון מאשין מצות המובא למעלה צו לייענען איבער יו"ט. וכמה חסידים ואנשי מעלה נהגו לומר בליל ז' של פסח האגרת להשליח ציבור שגם מובא למעלה ושלום לרבני ארץ, גודרי גדר ועומדים בפרץ, יצילם ה' מכליון וחרץ.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

הודעהדורך רימון » דאנערשטאג אפריל 25, 2019 4:03 pm

כלנו שמחים ונהנים ממשנתו של מרן רבינו קטלא מאירים כנתינתם מסיני.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 236
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » מאנטאג אפריל 29, 2019 3:11 am

קאטלא ראקט.

כמיין נאר אז דער צווייטער מאמר'ל האסטע פארגעסן צו שיקן פאר די פארווערד רעדאקטערשקע (קרעדיט@ראובן ) זי זאל עס מער אידישיזירן.
עניוועי, ס'אבנארמאל. גאגאלגאג.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 179 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: גדליה און 4 געסט