חג הפסח במשנתו של ר' קטלא קניא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

חג הפסח במשנתו של ר' קטלא קניא

שליחה דורך קטלא קניא »

אין דיזען אשכול וועט דורכגערעדט ווירדן די ענינים פון פסח וואָס איטליך בני ישראל צו ריידן גלוסט ווען יוצא ער איזט והגדת לבנך נאָר ער איזט נישט ביכולת וואַרום אין דיזע הגדות וואָס זענען ביים סדר כחצי גורן עגולה (דעשבאָר"ד בלע"ז) אין פאָרנט פון איהם אָפען זיינען דיזע דברי תורה צענזאָרירט און פאַרבאָטן. אויך טאָרן זיי ביי דעם סדר טיש נישט אַ שמייכל טוהן שמא יקדים ושט לקנה ויבא לידי שחוק און דער שווער אדער די איידעמער דערמאַנען וועלן אַז ביי די דאָזיגע סדר איין מצוה איזט ווי איין מלך שטרענג צו זיין און אויכעט די הויזגעזונד ווי קנעכט צו באַפעלן. אַלזאָ זאָל איטליך היער דערמאַנען זיינע אזלא גרש פון "כאלה" און ענלעכע פרפראות לכבוד החג. וזה החלי בעזר צורי וגואלי.

שער מאַשין מצות
רבי: צי ווייסט דו פון עניני מאַשין מצות?
תלמיד: מורי ורבי היקר, איך בעט אייך זעהער איהר זאָלט מיר דערלייכטערן מיט אייערע גאָלדענע רייד אַזוי ווי איהר האָט מיר שוין פיעל מאָל דערלייכטערט מיינע אויגן. איך וועל פון אייך דאָס מאָל פירלאַנגען איהר זאָלט אַזוי גוט זיין און מיר ערקלערן דאָס מיינונג אַז מיר באנוצן זיך נישט מיט מאַשין מצות אויף פסח.
רבי: עס איז געווען אַ גרויסער און הייליגער צדיק דער צאַנזער רב זי"ע וואָס האָט געזאָגט אַז מאַשין מצות זענען חמץ גמור.
תלמיד: ליעבער רבי, שוין וויפיעל מאָל האָב איך מיך זעלבסט געוואונדערט אויף דעם דאָזיגן איסור און איך בין אייך שטאַרק דאַנקבאַר. כדי בעסער צו פאַרשטיין דעם ענין איז דאָס דער זעלבער צאַנזער רב וואָס האָט געזאָגט שרעקליכער זאַכן אויף דעם הייליגער רוזינער צדיק זי"ע און זיינע קינדער?
רבי: ליבער תלמיד, אַזוי טאָר מען נישט רעדן. דאָס זענען געווען העכערע זאַכן און מיר פאַרשטיין דאָס נישט.
תלמיד: אָקעי רבי, איז קענט איר אַזוי גוט זיין און מיר זאָגן נאָר וועגן מאַשין מצות? אויב זיי זענען חמץ גמור זענען אלע אידן וואָס עסן דאָס חייב כרת?
רבי: חלילה, מען טאָר דאָס נישט זאָגן און דער הייליגער צאַנזער האָט דאָס נישט געמיינט, אָדער אפשר נאָר אין יענער צייטן.
תלמיד: איז פאַרוואָס טאָר מען היינט נישט עסן מאַשין מצות?
רבי: ווייל דער צאַנזער רב זי"ע האָט נישט ליב געהאַט מאַשינען ווייל מאַשינען זענען מאָדערנע זאַכן און מאָדערנע זאַכן קענען אונז אַוועקפירן פון דער תורה.
תלמיד: אַזוי ווי סמאַרטפאָונס?
רבי: מיין קינד! דו ביסט קיין עין הרע אַזוי געראָטן. זאָל דיר דער אויבישטער ווייטער בענטשן. נעם עס גוט אין האַרצן, יאָ טאַקע ווי סמאַרטפאָונס. ווייל אויב מען נוצט מאַשינען אויף מצות קען מען קומען צו דאַווענען און צו בענטשן אין אַ סמאַרטפאָון חס וחלילה.
תלמיד: אָבער רבי, אויב מאַשין מצות זענען נישט עכט חמץ און ער האָט נאָר אַזוי געזאָגט ווייל ער האָט נישט ליב געהאַט מאַשינען פאַרוואָס האָט ער געזאָגט אַז זיי זענען חמץ גמור?
רבי: ווייל אין יענער צייטן האָט מען געזאָגט אַז די מאַשינען זענען נישט כשר ווייל די מאַשינען דעמאָלט זענען נישט געווען אַזוי גוט ווי די היינטיגע.
תלמיד: חשובער רבי, איך קען נאָך אַלץ נישט פאַרשטיין פאַרוואָס דער צאַנזער רב האָט נישט ליב געהאַט מאַשינען. אונז האָבן אַ סך מאַשינען אין דער היים צו וואַשן קליידער און וואַשן כלים און ריין צו מאַכן די טעפּעכער. אויכעט הייליגע רבי'ס פאָרן אַרום אין גרויסע שיינע אויטאָס וואָס זענען אויך מאַשינען.
רבי: מיין תלמיד, דו פרעגסט זייער גוט און איך וועל דיר ערקלערן. די זענען מאַשינען סתם צו לעבן אָבער צו מאַכן אַ מצוה מיט אַ מאַשין האָט דער צאַנזער רב נישט געלאָזט. לייג צו דיין אויער און איך וועל דיר געבן א משל. ווען דו גייסט אַמאָל אין א שול וואו עס דאַווענען אידן וואָס האָבן נישט אַ באָרד און זיי האָבן קליינע, געשטריקטע, געפאַרבטע קאַפּלעך האָסט דו באַמערקט אַז עס איז אַנדערש ווי אונזערע שולן? דער שול איז רוהיג און אויפגערוימט, אידנערויסן איז דאָ איין קליינער קראַן מיט איין טעפּל און פּאַפּיר זיך אָפּצואווישן די הענט, אינערווייניג זענען די לעמפּ האַלבּ טונקל, עס זענען דאָ ווייניג ספרים און כמעט אַלע סידורים ליגן אין דער שאַפע, אויף די טישן זענען נישט דאָ טליתים און תפילין בייטלעך און ביים עמוד זענען דאָ בירנעס וואָס מען צידנט אָן פאַרן דאַווענען און מען פאַרלעשט נאָך עלינו. האָסט דו דאָס שוין באַמערקט?
תלמיד: יאָ. איך געדענק איך האָב אַמאָל געדאַוונט אין דער שול אין דער עירפּאָרט אין ארץ ישראל און דאָרט איז אַזוי געווען.
רבי: אַצינד טראַכט ווען דו קומסט אין אַ שול וואו עס דאַווענען אייניקלעך פון דער צאַנזער רב און ענלעכע חסידים, זענען דא קאַווע טעפּלעך און מילעך לעבן דער אַריינגאַנג, פיל טעפּלעך אינדערויסן זיך צו וואַשן די הענט און לאַנגע האַנטעכער וואָס גיין אַרום און אַרום, סידורים און חומשים און גמרות און משניות אויף אַלע טישן, מענטשן לויפן אַריין און אַרויס, איבעראַל איז דאָ נאָך אַ בייטל מיט לייבן און בריליאַנט שטיינדלעך, דער שול האָט גרויסע שטאַרקע לעמפּ, און ביים עמוד ברענען אַ מינימום פון צוויי ליכט מיט אַן עכטע פייער און אַרום אויף דער פּלאַסטיק איבער דער עמוד דעקל און אויף דעם גרויסן שליח ציבור סידור זענען דאָ פיל טראָפּן פון וואַקס.
תלמיד: איך האָב בעסער ליב צו גיין אין אונזער שול וואָס זעט אויס ווי ביי די אייניקלעך פון דעם צאַנזער רב ווייל דאָרט געבט מען סעלצער ביי שלש-סעודות און אַ סך מאָל אויך קאָקאָש קוכן נאָכן דאַווענען.
רבי: זאָל גאָט דיר בענטשן און לאָמיך דיר געבן אַ קוש אויפן שטערן. יעצט לאָמיך דיר זאָגן דעם נמשל צו די מצות. אַז דו קויפסט א שאַכטל מיט מאַשין מצות זענען אַלע מצות פשוט פיר-עקיג, נישט צו גרויס, נישט צו קליין, נישט צו דיק, נישט צו דין, נישט צו ווייס נישט צו שוואַרץ, אַלע די זעלבער, מסודר אין אַ פּלאַסטיק אין אַ שאַכטל. אָבער ווען מען קויפט אונזערע סאָרט מצות זענען זיי גרויסע און קליינע, שוואַרצע און ווייסע, גלאַטע און איבערגעבויגענע, גאַנצע און צוקרישעטע, דיק ווי אַ ברעט און דין ווי פּאַפּיר, פאַרברענטע ווי אַש און רויע טייג פאַר אַ זכר צו דער איסור פון געבראָקס. און ווען מען קומט אין אונזער סאָרט שולן וואָס איך האָב דיר געזאָגט אין דער משל, וואו מען האָט אויך ליב אַ סך צו שמועסן איבער אַזויפיל קאַוועס, קען מען זיך דינגען וועלכע מצות זענען דעלישעס און וועלכע קראַכן ווי א פּיקל, ווער האָט צו באָרגן שלימות און ביי וועם זענען אַלע צובראָכן, און אויך ביי וועם די בני מעיים זענען ווי חרוסת און ביי וועם לא עלינו ווי נישט צוריבענער חריין. און דאָס האָט דער הייליגער צאַנזער רב ליב געהאַט.
תלמיד: אָבער מיין טייערער רבי, פאַרוואָס זענען זיי נאָך היינט ווי חמץ גמור. היינט זענען מאַשינען פיל בעסער ווי דעמאָלט?
רבי: דאָס איז שוין א חשש פון אפיקורסת. דער צאַנזער רב האָט געלעבט אין דער היים וואָס איז געווען אַ סך בעסער ווי ביי אונז. דער הימל איז געווען פיל בלויער און דער גראָז מער גרינער. צי געדענקסט דו וואָס רש"י זאָגט אויף "שמלתך לא בלתה מעליך".
תלמיד: יאָ אוודאי. אַז ווען די אידן זענען געווען אין דער מדבר האָבן די ענני כבוד געביגלט זייערע קליידער.
רבי: אָט אַזוי. ווען מיר האָבן געהאָט אמת'ע צדיקים זענען זיי געווען ווי ענני כבוד און זיי זענען געווען די בעסטע מאַשינען. היינט אָבער האָבן מיר שוין נעבעך נישט די אמת'ע צדיקים דאַרף מען אַזוי פיל מאַשינען.
תלמיד: איז היינט מעג מען שוין עסן מאַשין מצות?
רבי: חלילה, ווייל דער צאַנצער רב האָט אויך געהאַט אַ טעם הכמוס, דאָס מיינט אַ פאַרבאָרגענעם טעם וואָס ער האָט קיינעם נישט דערציילט.
תלמיד: ליעבער רבי, אַזוי ווי פרה אדומה?
רבי: מיין ליכטיג קינד! טאַקע ממש ווי פרה אדומה. געדענקסט דו אפשר פאַרוואָס פרה אדומה איז אַ חוק און פאַרוואָס די גויים דערצערענען די אידן איבער דעם?
תלמיד: בעווייל ס'מאַכט טהור די טמאים אָבער איז מטמא די טהורים. איז ליעבער רבי זאָג זשע מיר וואָס איז דער צוגלייך צו מאַשין מצות.
רבי: טייערע תלמיד, לאָמיך דיר ערקלערן. האַנט מצות מאַכן רייך די אָרעמעלייט און מאַכן אָרעם די רייכע לייט. דערפאַר זענען זיי אַ מצוה ווי פרה אדומה. און אַזוי ווי פרה אדומה וועלן מיר האָבן ווען משיח וועט קומען אַזוי וועלן מיר האָבן האַנט מצות ביז משיח וועט קומען. יעצט גיי שוין אהיים וואַש אויס דער קאַר און שייל קאַרטאָפל און עפּל און פרעג נישט אַזוי פיל קשיות.
תלמיד: אָבער ליעבער רבי, איר האָט מיר נאָך נישט געגעבן אַ דבר תורה אויפן סדר.
רבי: ליעב קינד, עליך הכתוב אומר ישראל אשר בך אתפאר און אַ ברכה דיר אויפן קאָפּ אַז דו האָסט מיר דערמאַנט. מער פעלט מיר אויס אַז דיין פאָטער זאָל מיר באַשולדיגן אַז דו האָסט נישט געהאַט אַ תורה אויפן סדר. קום שוין צוריק און איך וועל דיר עפעס געבן. פאַרוואָס ביי די ד' בנים ענטפערט מען פאַר דעם רשע, דעם תם און דעם שאינו יודע לשאול מיט אַ פסוק און פאַר דעם חכם ענטפערט מען בלויז מיט א מימרא פון "אין מפטירין"?
תלמיד: טאַקע פאַרוואָס. איך האָב שוין געהערט אַזויפיל קשיות און קיינמאָל נישט דער קשיא.
רבי: הער צו וועל איך דיר ענטפערן. ווייל דער רשע, דער תם און דער שאינו יודע לשאול ווען זיי הערן אַ פסוק שלאָפן זיי באַלד איין און פרעגן מער נישט קיין קשיות. דער חכם ווערט אָבער בייז אַז מען דערמאַנט אים אַז ער האָט פארזען אַ בפירוש'ער פסוק ווייל ער קען דאָך אַלע פסוקים. איז וויאַזוי מאַכט מען אים שטיל? דערפאַר ענטפערט מען אים, "אין מפטירין אחר הפסח אפיקומן," גיי געב אַ הכשר אויף מצות וואָס מען נוצט אויף אפיקומן אַזוי אַז פאַר דעם וואָס קויפט די מצות זאָל גאָרנישט בלייבן אויף מפטיר. און אַז דו חכם וועסט אַזוי טון וועסטו זען אַז גאָרנישט וועט דיר מער נישט שווער זיין.
תלמיד: און פאַרדעם טאָר מען גאָרנישט עסן נאָך אפיקומן ווייל עס איז נישט געבליבן געלט אויף עפּעס אַנדערש?
רבי: ליעבער תלמיד דו געסט מיר אַזויפיל נחת. דאָס איז דעם אמת'ן טעם. אַצינד קענסטו גיין און האָב אַ כשר'ן פרייליכן פסח.
תלמיד: אויך אַ כשר'ן פרייליכן פסח פאר אייך רבי און אַ גוט יום-טוב.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר