שבת באקומט ענדליך שווער פארדינטן כבוד אין ירושלים ד'אמעריקא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

שבת באקומט ענדליך שווער פארדינטן כבוד אין ירושלים ד'אמעריקא

הודעהדורך גדליה » זונטאג יוני 02, 2019 6:25 pm

וויליאמסבורג - עס איז נישט קיין סוד צווישען די חרדישע אידענטום אז וויליאמסבורג איז היינט צוטאגס די סאמע צענטער פון אלע אידישע אקטיוויטעטן איבער דער גארער וועלט, ומשם תצא תורה לכל ישראל. איז דאריבער געווען א שטיקל וואונדער עד היום הזה היתכן עס איז נישט נהוג צו מכבד זיין די שבת קודש כנהוג. למשל אין אנדערע געגענטער וואו אידען וואוינען קאן מען באשיימפערליך אנזעהן אז ס'איז דא א שבת קודש, אידען גריסען זיך גוט שבת, די גאסן זענען איבערגעפילט מיט אנשים נשים וטף וואס שפאצירען בראש כל חוצות מיט א אנגענעמליכקייט און רוהיגקייט, ווי שבת נאכ'ן טשאלנט. כ'מיין צוזאגען, ס'איז טאקע שבת נאכ'ן טשאלענט.
פין די אנדערע זייט איז אין ווילאמסבורג עפעס נישט אזוי ניכר די קדושת השבת, מ'זעהט נישט גארנישט באזונדער. אויסער אידען וואס וואקן מיט טליתים, זעהט זיך גארנישט עפעס עקסטער. נישט דא קיין שיינע טישען, נישט דא קיין משפחות שפאצירען, נישט דא קיין גוט שבת זאגען. אלץ איז טויט און לעהר.
מאנכע זאגען גאר אז דעם שבת קודש האבען די וויליאמסבורגער אידען אויפגעטוישט מיט'ן זונטאג. ס'קומט א זונטאג דעמאלטץ פראוועט מען די וויקענד. די נשים צדקניות לאזן זיך ארויס אנגעטון אין די שענסטע אין די בעסטע, קאפלס שפאצירן געמיטלעך ביי די טייך און ס'הערשט א פוילעדיגע געמיהט ביים ציבור. דאס האט צוגעברענגט אז דישבת קודש איז ליידער נזנח געווארען.
אשר על כן איז געווארן אויפגענומען די פריידיגע בשורה מיט גרויס צופרידנהייט, אז ס'האט זיך געיאוועט אקטיוויסטן און מ'האט זיך אן עצה געגעבן.
דעם פארגאנגענעם שבת פרשת בחוקותי איז פאררופען געווארן דורך די רבני ווילאמסבורג א ספעציעלע מארש לכבוד השבת קודש. מ'האט צוגעשטעלט א ברייטן קידוש כיד המלך, ווי די עולם האט טועם געוועזן פינקע ספאנדזש קעיק מיט פיינע ווארעמע סעלצער וואס איז בלויז געווען טיילווייז אויסגעוועפט. נאכדעם האבן די אלופי אלפי ישראל זיך ארויסגעלאזט אויף א הערליכען מארש איבער די שטאט, און מ'האט אינאיינעם געזינגען ווארעמע ניגונים לכבוד שבת קודש. ווי למשל "ווען איך וואלט געהאט כח..." און נאך שיינע שבת ניגונים.
אזוי האט מען שפאנצירט איבער די הויפט גאס אין אמעריקא המכונה ליע עוועניו, און די פאליציי האט באאבאכטעט אז אלעס זאל זיין שיין מסודר, און מ'האט צוזאמען געזינגען הערליכע ווארעמע ניגונים. זקני וויליאמסבורג האבען איבערגעגעבן אז ס'איז זיי געקומען טרערן אין די אויגען, ווייל זיי געדענקען נישט אזא שיינע שבת, און איין באקאנטער ארץ ישראל'דיגער משולח האט זיך אויסגעדריקט אז דאס דערמאנט אים פון די ווארמעע ניגונים וואס מ'שפילט אויף מוזיק אין ירושלים ביים כניסת השבת.
נאכ'ן שפאצירן און זינגען האט זיך אויפגעשטעלט איינער און געהאלטן א שיינע דרשה און ארומגערעדט איבער קדושת השבת, מעורר געווען אידישע הערצער מ'זאל אפהיטען שבת. הרה"ח הישיש ר' מ. נ. שליט"א לרפו"ש, וועלכע איז נאך געווען א תלמיד פון הייליגן מנחת אלעזר, האט זיך אזש געזאלט האבען אויסגעדריקט אז דאס איז א מעין פון זיין הייליגן רבי'נס געשריי: "מ'זאל האלטן שבת וועט אייך גוט זיין!"
נאך די ווארעמע דיבורים האט די עולם זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ "אוי אוי אוי שבת" און אזוי איז מען צוזאמען אהיימגענגען, מיט די רושם וואס וועט נאך בלייבען איינגעקריצט פאר לאנגע יארן.
עסקנים געבן איבער אז מ'האט אריינגעכאפט אפצוהאלטן דעם מעמד לכבוד השבת בעפאר'ן זומער איידער די עולם פיצט אפ אין קאנטרי. זיי האפען אי"ה איבערצו'חזר'ן דאס זעלבע איבערסיאר מיט גרעסערע פאמפע און פאראד. גלייכצייטיג האט די דיין געלאזט מעלדן אז ער וועט בשו"א נישט צולאזן אז מ'זאל הייסען א גוי שפילען מוזיק לכבוד די מעמד, ווייל דאס איז נכלל אין די איסור פון די ארגעל שכבר נאסר ע"י גדולי תלמידי חת"ס.
אגב ווילען מיר דא פארדאמען די איינצעלנדע יחידים ואס האבען גענומען אזא הערליכע מעמד און פראבירט אויסצוניצען פאר זייערע פאליטישע צוועקן, און לויט קלאנגען האבען טייל אויסגענוצט די געזאנגען און טומל צו פארשעמען אנדערע אידען, טראץ די פילע בקשות אז מ'זאל נישט אויסנוצען אזא טייערן זמן פאר פראוואקאציעס. עסקנים האבען איבערגעגעבן אז מ'גייט נאכגיין אויף די סורוועילענס קעמרע אלע מענטשן וואס האבן געמאכט א מהומה און מ'גייט זיי ברענגען צו יוסטיץ.
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

הודעהדורך קורקלענד » זונטאג יוני 02, 2019 6:53 pm

איז נישט ארגעל א אידישע נאמען?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1652 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 02, 2019 8:43 pm

גדליה: צו וועימען...?! צו איצא שייגעץ אין התאחדות הרע-בנים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך גדליה » דינסטאג יוני 04, 2019 1:13 am

קורקלענד האט געשריבן:איז נישט ארגעל א אידישע נאמען?

בימים ההם האט מען נאך נישט געוויסט די הארבקייט
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 984
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1540 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 04, 2019 3:33 am

גדליה: דו מאכסט דיך נישט וויסנדיג פון די געפערליכע תערובות וואס איז פארגעקומען ביי די מחאה לכבוד השבת. פון דעם חילול שבת. אמירה לעכו"ם. און אליינס ערשיינען אויף די בילדער וואס די (האלב) גוי'אישע פאטאגראפירערס האבן גענומען בעצם יום השבת קודש רעד איך שוין אפילו נישט.

אשר על כן גיי מיר ארגאניזירן א מחאה איבער די מחאה. אי"ה דעם קומענדיגן דינסטאג פ' במדבר. ר"ח סיון תשע"ט לפ"ק. איבער די הייליגע גאסן פון די הייליגע שטאט וויליאמסבורג יצ"ו. און בחדא מחתא (פון לשון באמאכט) וועט מען אויכעט מוחה זיין אויף די פירצה נוראה אז אין אונזער הייליגע שטאט איז פארהאן א געשעפט וועלכע פארקויפט בגדי נשים. מיט בילדער פון די בגדים. און א נאמען פון אן אישה איז מתנוסס בריש גלי (נ"א. בראש כל חוצות). ואין פוצה פה ומצפצף...! געוואלד...! אוואו זענען די רע-בנים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט