איהר דארפט א ישועה? נעמט אייך א סגולה!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

איהר דארפט א ישועה? נעמט אייך א סגולה!

שליחה דורך ישן מלא חדש »

וועמען זאל מען פרעגן, וועמען?
וועמען זאל מען פרעגן, וועמען?

די הארציגע ניגון פון ר' שימי ענגל איז ברייט באקאנט איבער די וועלט, אבער אני הקטן לערן אביסל אנדערש ווי פשוט פשט אין די ניגון, און אדרבה אפשר וועט איהר זיך אויך אידענטעפיצירן מיט מיין פראבלעם....

אזוי ווי יעדער איינער וואס שוויצט אדורך אונזער וועלטעלע, בין איך אויך באשאנקען געווארן מיט א פעקל מרור - צרות וואס איך דארף דורך גיין דאס גאנצע לעבנס - צירקל, אבער היות מיין מתנה - צרה איז היבש נראה לעיניים, בין איך געווארן א ציל-ברעט פון יעדע טשוואק'ס טוועקל'ס א קרוב 'מחוטב עציך עד שואב מימיך' צו קומען אויסגעבן זיינע עצות וואס זענען, 'בדוק ומנוסה', זיינע סגולות וואס 'טויזנטער זענען שוין געהאלפן געווארן', זיינע מקובלים ביי וועם 'מופתים וואלגערן זיך אונטער די טיש' וכו' וכו' און סתם בויך וויי ווען איהם שמעקט נאר.

און איך דארף שטיין ווי דער בחור בשעת'ן כאפ'ן א פסק פונעם משגיח, און שאקלען מיט די קאפ, געבענדיג די אנשטעל אז כ'בין איהם עכט דאנקבאר פאר די גאר געלונגענע, מקובל'דיגע סגולה - עצה, וואס איך כ'הער שוין יעצט צום טויזנט'סטע מאל...

הקיצור, נאכן זיך אנהערן מיט יעדע שמויגער'ס דעות, און זיך אנזעהן מיט יעדע צולייגער'ס אדווערטייזמענט, שטעל איך אייך דא פאר מיין ליסטע וואס איך האב נאך צו טוהן, און אדרבה בבחינת תן לחכם ויחכם עוד, וועלכע ארגאנזאציע פירער עס קען אויסברייטערן מיין ליסט 'תבוא עליו ברכה' (ופרנסה...):

● איך דארף מיר מקבל זיין...

○ נישט צו רעדן ביים דאווענען
○ אוועק ווארפן די סמארטפאון
○ שלום מאכן מיט מיינע שונאים
○ בענטשען אינעווענדיג
○ זיך וואשן פאר פת שחרית
○ שעות פון טאג לשון הרע פריי
○ לערנען טעגליך חפץ חיים
○ לערנען די טעגליכע חק שיעור.

● 40 טעג...
○ צינדן לעכט לע"נ הרה"ק ר' מענדל מ'רימנוב זי"ע
○ זאגן פרק שירה
○ לערנען אור החיים
○ זאגן פרשת המן
○ זאגן שיר השירים
○ זאגן תיקון הכללי
○ זאגן נשמת
○ 40 פרויען זאלן חלה נעמען
און פאר איך פארגעס... זיך מקבל זיין עס צו מפרסם זיין...

● איך דארף...
○ געבענטשטע מטבעות פון יעדע אדמו"ר בעולם
○ עסן אתרוג קאמפאט
○ טרינקען אייר וואסער
○ זאפט פון מילגרוימען וואס האבן געהאנגען אין 7 סוכות
○ מתפלל זיין אין די 9טע חודש 9טע טאג 9טע שעה 9טע מינוט פאר 9 מינוט
○ טראגן א ה' קייטלעך
○ דרייען (כישוף..?) קייטלעך
○ זרוע אין די בוזעם טאש
○ שטיינער פון די חושן
○ עסן די אויג פון א פיש
○ טרינקען פון די מעיין הבעש"ט
○ שמירן הבדלה וויין
○ עפענען די טיהר ביי שפוך חמתך
○ קויפן די וואונדערליכע סגולה רינגל
○ מאכן שליח הקן ביי כהנא
○ באקן ציגעל מיט מיין נאמען
○ קויפן די עליות זאת חנוכה
○ און קלעבן פיקטשער'ס פון ר' ישעי'לע א"לל אווע"ר


● איך דארף זיין...
○ יעד'ן ערב ראש חודש אין ריבניץ
○ כ"א אדר אין ליזענסק
○ ג' אייר אין קערעסטיר
○ ל"ג בעומר אין מירון / באבוב (תרתי דסתרי..?)
○ שבועות אין מעזשיבוש
○ אין עמוקה
○ אין יבניאל
○ און אין צאנז מיט ללכת.

● איך דארף געבן געלט פאר...
○ ר' אלימלך'ס אייניקלעך
○ בת עין'ס ת"ת אין צפת
○ סגולות הרשב"י (ח"י ראטל)
○ מעיין הישועות (פריעדלענדער)
○ ר' ישעי'לס הויז (רובין)
○ רב להושיע
○ קופת העיר
○ אתרא קדישא (כופר נפש)
○ כולל שומרי החומות
○ כולל חבת ירושלים
○ אהבת ציון זיבינבערגען
○ דריקן זרע שמשון
○ 19 פרוטות פאר ראדאשיץ
○ ר' טובי' מאיר'ס חסדי טובים מאורות.

און אחרון אחרון חביב
● איך דארף אריינגעבן מיין קרעדיט קארד פאר
○ תהילים כולל
○ כולל חצות
○ קומי רוני - נאכט וועכטער
○ עיני הישועה
○ סגולת ירושלים
○ תהילים ריבניץ
○ רעב. אדל מילער
○ הרב יונה לייב לעבל
○ כולל מהרח"ו
○ מוסדות קבר רחל


איר זענט צומישט? איך אויך! אבער דאס איז די מציאות! פאר א סיבה זענען מיר בא'טיטל'ט געווארן אלס די עם "סגולה"..!

קאמענטארן זענען (נישט) איבריג, און אדרבה אויב ווייסט איר נאך 'ריכטיגע' 'אמת'ע' 'אויסגעפריווטע' 'געלונגענע' 'פארזיכערטע' 'בדוק ומנוסה'דיגע' 'מקובל'דיגע' 'מסורת'דיגע' 'קראנטע' 'וואונדערליכע' 'ספרים אראפ געברענגטע', עצות, סגולות, קבלות, געדאנקען, שטותים, איינרעדענישן, בויך ווי, קאפ פארדרייענישן, באבסקע סגולות, וואס האט שוין געברענגט צו 'טויזנטע' געהאלפענע, אויפגעראכטענע, גליקליכע, צופרידענע, דאנקבארע, פרייליכע, געזונטע, מענטשן.... ביטע אל תמנע טוב מבעליו, און זיין מודיע אז נאך הונדערטע יודן זאלן קענען הנאה האבן דערפון.

בתודה למפרע

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר