בלאט 1 פון 1

שפתותיו דובבות...

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:12 am
דורך ישן מלא חדש
דין ודברים בענין מלחמת ד' והתחברות לרשעים.

מען קען זיך ארויס לערנען דערפון ווי אזוי מען דארף צו פירן א תוכן'דיגע שמועס אן די ווערטער שגץ אפיקורס וכו' אויף נידריגע טעינער ודי למבין. בילד

Sent from my SM-T113 using Tapatalk

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:47 am
דורך ריכטיג
כ'געדענק א בריוו פון טשאבער רב'ס קינדער מכחיש צו זיין דעם פרידמן. ווער קען עס ברענגען?

צוויי אינטערעסאנטע זאכן. א' דעם אויבערשטען העלפט ווערט טשאבע רב דערמאנט מיטן טיטל "זי"ע", און די אונטערשטע העלפט ערשינט טשאבער רב'ס חתימה משנת תשל"ד, ד.ה. דער בריוו האט געזאלט האבן געשריבן געווארן פון אונטן ארויף (בכלל, ווער ס'געדענקט וויאזוי מען האט גענוצט א טייפרייטער ווייסט אז ס'איז משונה'דיג שווער צוויי מאל אריינצולייגן דעם זעלבן פאפיר און די שורות זאלן בלייבן אייניג גראד)? טשאבער רב האט דאך איהם דאס געהייסן דרוקן, טא וואזשע האט ער געווארט גאנצע זעכצן יאר לכה"פ (אב"ד טשאבא נפ' בשנת תש"מ)?
ב' דעם דאטום פון טשאבער רב'ס חתימה איז כ"ז תשרי תשל"ד, פונקטליך זעכצן יאר שפעטער כ"ז תשרי תש"מ איז טשאבער רב נפטר געווארן. מאדנע קא-אינצידענט, ניין?

הודעהפורסם: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 11:34 pm
דורך נקודת-אמת
נראה לי לבאר כי אין חתימת הרב מטשאבע לאשרר תוכן הויכוח כפי שהעלה עלי כתב הרב פרידמן המוזכר
אלא רק הביא צילום כתב הורמנא שהורה אותו זקן למען ידעו דור אחרון שהיה ויכוח והביא הטשאבער רב לרב פרידמן תוכן הויכוח.
והתמונה המובאת בכאן היא ממה שנדפס אחר פטירת הרב מטשאבע,
ובכדי שלא ירננו על אותו פרידמן על מה ולמה מחרחר הוא מחלוקות ישנות, או שלא קיבל הדברים מהרב
הוסיף אחר כתיבתו את מכתב הרב ד'טשאבא,

ומה שמכתב זה חתם הרב בדיוק 6 שנים מיום פטירתו מיום ליום
אינו פירכא, ולהיפך, אם היה פרידמן מזייף החתימה אחר הפטירה, היה לו ליקח כל יום אחר בשנה מלבד יום פטירת הרב
בכדי שכשיבוא ר' @ריכטיג ויעיין ויקשה קושיות? אתמהה.

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:58 am
דורך ריכטיג
א' די תוכן אינעם נוסח פונעם רב איז אז ער האט איהם געהייסן דאס דרוקן דענמאלטס.

דאס זעהט נישט אויס ווי א פאטאקאפי, נאר ווי געטייפט בבת אחת מיטן זעלבן טייפרייטער. אויב וואלט דאס געזאלט זיין א העתקה פונעם רב'ס בריוו איז ניחא, אבער למעשה האט דאס די געשריבענע חתימה פונעם רב, ופלא.

ובנוגע התאריך. אמת אז קיין פירכא גמורה איז דאס נישט, און מסתבר איז אז א א זייפן וואלט געווענליך געדארפט זיין מער פארזיכטיג. אבער דער קא-אינצידענט האט מיר געמאכט טראכטן אז דאס איז מעגליך א פרוידיען סליפ. אבער גראדע איצט נאכקוקנדיג די מאורעות התקופה פון דאן זעה איך אז דענמאלטס האט געברויכט פארצוקומען בחירות פונקט א וואך שפעטער, ד' חשון תשל"ד, נאר ס'איז למעשה געווארן אפגעשטיפט אויף טבת צוליב מלחמת יום הכיפורים, אך לא הצלחתי לברר פונקטליך וועלכע טאג ס'איז ארויס די נייעס אז מען שטיפט אפ די בחירות. איז אויב האט מען כ"ז תשרי נאכנישט געוויסט דערפון איז מער ניחא דער תאריך.

Re: שפתותיו דובבות...

הודעהפורסם: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 7:45 am
דורך ישן מלא חדש
עס איז קלאר צוויי אנדערע בריוון צוזאמן געשטעלט עס שטייט צוויי מאל בס"ד און ביידע מאל מיט א אנדערע שריפט.

Sent from my SM-T113 using Tapatalk