גדליה 2020 - נישטא פארוואס!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

גדליה 2020 - נישטא פארוואס!

שליחה דורך גדליה »

א גוטן אלע חשוב׳ע צוהערער און מיליאנען וואס האלטן מיט פינדערהיים, פין די סמארטפאנען אדער פון טוויטער.
נאך לאנגע חדשים פון פלאנירונגען האבען מיר דעם כבוד צו מעלדען אונזער קאנדידאטור פאר פרעזידענט פון פאראייניגטע שטאטן!!!
יעדער איינער איז עדות איבער די שווערע מצב ואס מיר געפינען זיך, ס׳איז גארנישט פשוט, אמעריקע שטייט בעפאר טשעלענדזשעס וואס זי האט נאך קיינמאל נישט גע׳פנים׳ט אין די היסטאריע פון די מענטשהייט. די איינציגסטע זאך וואס קען אונז ראטעווען איז א פעאיגע פרעזידענט וואס גייט צוריקברענגען כבוד צו די אוועל אפיס!
דא עקא, אלע קאנדידאטן סאקן, אשר על כן האבן מיינע מקורבים און גיטע פריינט מפציר געווען אז איך, גדליה, זאל לויפען פאר פרעזידענט. נאך לאנגע חדשים פון איבערקלערען האב איך באשלאסן אז יא, דאס איז עס און כ׳גיי מיך אויפפיקן מיינע פיפצן מינוט פון פעים.

נישטא פארוואס

די פלאטפארמע אויף וועלכע מיר לויפען איז א גענצליך נייע און אומדערהערטער, מיר ווילען אז מענטשען זאלען זיך אנהייבען ענדזשויען זייער לעבען. גענוג געווען מיט די דעפרעסטע רעטאריק.
אונזער סלאגאן פון די קאמפיין איז ״נישטא פארוואס!״ וויבאלד דאס ברענגט ארויס די שארפקייט פון אונזער מעסעדזש צו די מערסטע צאל וויילער.
׳נישטא פארוואס׳ איז די ענטפער וואס פריינדליכע מענטשען זאגען נאכדעם וואס זיי קריגען א קאמפלימענט אדער א ש׳כח. ״די קוגעל איז אזוי פיין געווען. א גרויסען ש׳כח״ ״עה, נישטא פארוואס.״
״נישטא פארוואס״ צייגט אז מיר זענען זשענטעל מענטשען וואס רעדען בדרך הנימוס, נישט ווי די היינטיגע פאליטיקאנטען (כ׳וויל נישט נעימען קיין נאמען) וואס רעדען גראב און עקעלדיג.

גדליה׳ס היסטאריע

גדליה איז געבוירען צו הונגארישע אימיגראנטען וועלכע זענען געקומען זוכען שיצונג אין אמעריקע נאך די ביטערע האלאקאוסט.
גדליה׳ס טאטע האט געארבעט אלץ א האלץ האקער בייטאג, און ביינאכט האט ער געהארעוועט אלץ א קויל מיינער. אזוי איז ער געגאנגען פון האלץ האקען צו די קויל גריבער און צוריק.
גדליה ועט קיינמאל נישט פארגעסען וואס דאס מיינט נישט צו האבען א פעני אין די טאש. ווען ער האט געוואלט קויפען א נייע רעקעל ביי דזשי דזשי האט זיין טאטע אפטמאל געזאגט אז ס׳איז נישט דא קיין געלט.
אזוי אויך ווען גדליה האט אמאל געוואלט א נאש האט די מאמע געזאגט אז ס׳איז מער נישט דא. ווייל די פוט סטעמפס איז אויסגעגאנגען.
דאס האט אויסגעלערענט פאר גדליה איין זאך: אן קיין נאש איז דאס לעבען נישט ווערט!
דערפאר האט גדליה געמאכט זיין פרייאריטי וואס ער וועט אינטערשרייבען די ערשטע טאג אין אפיס, וועלכע ער רופט די ״זשעלי פעללי פלאן״! (פעללי מיט א פה דגושה)

דזשעלי פעלי

די דזעלי פעלי פלאן וועט געבען פאר יעדע אמעריקאנע בירגער דשעלי ביענס בחינם. אמעריקאנער שפענדען איבער צוויי א האלב ביליאן דאלער א יאר פאר דזשעלי ביענס.
איר ווייסט ווי פיהל זשעלי ביענס זענען געווארען פארטיליגט אין אמעריקא די פארגאנגענע יאר? זעכצען ביליאן שטיק!
זשעלי ביענס איז א גיטע פיינע מאכל, ס׳איז ביליג, ס׳איז גרינג צו פראדוצירען און ס׳מאכט זאט. פארוואס זאל מען נישט טיילען דזשעלי ביענס פאר׳ן עולם? נישטא פארוואס!
א זייטיגע בענעפיט פון דעם פלאן איז אז ס׳וועט צוציען די קאנסערוואטיווע וויילער, ווארום ווי באקאנט האט רעיגען שטארק געגליכען דזשעלי ביענס. איבערהויפט שווארצע.

ראסיזעם

פינקט ווי דזשעלי ביענס פארמאגט אלע קאלירען, אזוי טוהט די גדליה קאמפיין שטיצען מענטשען פין סיי וועלכע ראסע און קאליר.
גדליה׳ס רבי רב חג׳בי איז אליינס א טונקעל הויטיגער מענטש, און דאס איז א באשיימפערליכע באווייז אז גדליה גלייכט מענטשען פון קאליר.
גדליה איז א גרויסע שטיצער פון אלע מיני ראסעס, שווארצע ראסע, ווייסע ראסע, ברוינע ראסע, געלע ראסע.
ברייטע ליפען, שמאלע אויגען, לאנגע צינגען. יעדע ראסע איז אייניג חשוב.
גדליה האט אזוי ליעב ראסעס, ער איז אליינס א ראסיסט. נישטא פארוואס!

עקאנאמיע

די זשעלי פעלי פלאן וועט אויפטרייבען די עקאנאמיע ווי קיינמאל בעפאר. יעדע אמעריקאנע וועט קריגען צוואנציג דזשעלי ביענס וועכענטליך, מיט א אויסוואל פון דריי קאלירען.
מיט די פארגרעסערטע צאל דשעלי ביענס אין די מארקעט וועט דאס שאפען פרישע ביזנעס אונטערנעמונגען.
צום ביישפיל, א איבערפלוס אין דזשעלי ביענס קען ברענגען א געברויך אין נייע דענטיסטס, אין דאס וועט אויפברענגען די עקאנאמי.
ועל כולם וועט די עולם זיין אביסעל רואיגער, ווארום אז ס׳איז נישטא קיין געלט אין די באנק קען מען צוקייען א דזשעלי ביען און פארגעסען די דאגות. נישטא פארוואס!

העלט קעיר

ווי געשמועסט וועט א פארפלייצונג פון דזשעלי ביענס ברענגען א נייע געברויך פאר גיטע דאקטוירים אין דענטיסטס.
גדליה האט א פלאן פאר דעם. קיינער ווייסט נישט אזוי גיט ווי גדליה וואס דאס באדייט צו זיין קראנק און נישט קענען זיך ערלויבען א דאקטאר.
גדליה גייט זיכער מאכען אז יעדע איינציגסטע מענטש זאל זיין געדעקט אונטער די גדליה פלאן.
די פלאן איז אז מ׳גייט אריינברענגען א פארפלייצונג פון דאקטוירים פין די גאנצע וועלט, און דאס גייט דראסטיש קלאפען די פרייזען פון העלט קעיר. כידוע די כללים פון סופליי און דימענד.

אימיגראציע

דאס ברענגט אונז צו די לעצטע נקודה פין אימיגראציע.
אימיגראציע איז איינע פון די קארנער שטיינער פון אמעריקא, מיין טאטע איז א אימיגראנט, מיין מאמע איז א אימיגראנט, און אלע מיינע זיידעס און באבעס זענען געווען אימיגראנטן.
גר ותושב אנכי עמכם! ס׳איז צייט אויסצוטוהן די בערן מאסקעס און זיך קוקען אלע אין פנים.
ביסטו נישט א אימיגראנט? איז דיין טאטע נישט? דיין זיידע נישט? איינער אין דיין יחוס איז געווען א אימיגראנט. נישט סתם א אימיגראנט נאר א אומלעגאלע אימיגראנט. צו עפעס א לאנד. כ׳ווייס נישט ווי.
איז אויב ברויך מען אפשיקען אימיגראנטען, ברויך מען אפשיקען אייערע עלטער זיידעס. ווער גייט ארויסווארפען די אלע עלטערע מענטשען? נישט קיין יושר.
חוץ מזה בין איך אליינס נישט אזוי יונג. כ׳בין א קנאפע זעקס און ניינציגער, כולם שוים לטובה, און דאס מאכט מיך איינס פון די יונגערע אין דעם פארמעסט. איי פארוואס ווארט איך נישט ביז איך ווער אביסעל עלטער? נישטא פארוואס!

פראגן און ענטפערס
לרבים השואלים וואס נכספה וגם כלתה נפשם צו הערען מער איבער מיינע פלענער, וועלען מיר נעמען פראגעס פון די באטייליגטע. ביטע פרעגען מיט רעספעקט, וועט איהר קריגען א ענטפער מיט רעספעקט. אין א איבריגע מינוט קענט איר כאפען א בליק אויף נישטאפארוואס.קאם ווי איהר וועט זען רויטע און בלויע קאלירען, מיט שווארצע בוכשטאבען אויף א ווייסע בעקגראונד.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר