בענין הגזירה הנוראה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

בענין הגזירה הנוראה

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 2:01 pm

ב"ה

עש"ק לסדר כי תצא למלחמה שנת ת'כלה ש'נה ע'ם ט'רפותיה לפ"'ק פה עירנו ברוקלין יע"א

אמע"כ יד"נ ואחר דרישת שלומו הטוב, לא עת התעלס באהבים, בטוחני שחג המצות כבר חג בדיצות, אבל על של עתה באתי, בענין הנוגע רח"ל לעיקרי היהדות ה"י פה באמעריקא היל"ת.

הנה לאחרונה נפרצה במחנינו, כרם בית ה', מכשיר חדש הנקראת פרידזשעדעי"ר (הנקרא בלשונם frigidaire או refrigerator), גם לרבות שמתפרסם בפרסומת בריש כל חוצות, ואין פוצה פה ומצפצף.

והנה נתברר לי בבירור מפי חכמיהם ופראפעסאר"ן למיניהם שהמכשיר הזה מבוסס ומיוסד על גא"ז שאת שמעו לא נשמע במחנינו זה אלפי שנים, וגם נתברר לי מפי עדים נאמנים שגם רביה"ק זיעוכי"א לא ידע, לא ראה ולא שמע מענין הגא"ז הזה כלל.

ובפירוש אומרים בכל הדאקומענט"ן שלהם (הנקרא בלשונם documents) שכל מערכת הפרידזשידעי"ר לא היתה פועלת כלל וכלל מבלי הגא"ז הזה הטמונה לפני ולפנים, הגם שאינו נראה כלל וכלל, ואנשים תמימי לב אינם יודעין לחשוש כלל בענין הגא"ז הזה (הנקרא בלשונם refrigerant).

וכל הפראפעסאר"ן שלהם מודים בפה מלא שבימים הקדמונים לא היתה הענין הזה נראה בין בני אדם בכלל, ואפי' הגרועים שבאומות לא ידעו בזה. ורק לאחרונה התחכמו עם הסייענ"ס הארורה לחדש בענינים האלו ר"ל.

ובר מן דין הלא הוא נגד תורתינו הקדושה המסורה לנו מדור דור, ככתוב אך יום או יומיים יעמוד. שכל תכלית הכלי הזה הוא לשמר דברי אוכל שלא יתקלקלו אחרי יום ושתים כמו שהי' מאז ומקדם. ומקום מיוחד ייחדו בה שקראו לזה פריזע"ר, שבו אפשר להכניס דברי מאכל לימים ושנים, הגם שאין אומרים זאת בפירוש, מ"מ מתוך דבריהם ניכרת כוונתם המפעפעת כארסו של נחש.

ומזה נתדרדרו מדחי אל דחי שהמציאו הענין הנקראת מייראוועי"וו רעד"י (ובלשונם microwave ready), שכל כולו בנוי ומיוסד על מהלך הפריזע"ר, ולא לחינם הלך הזרזיר אצל העורב ימ"ש. וידוע מה שאמר ר' חעזקל אל רבינו בצחות חכמתו: איך דארף נישט זייער 'פריש' און איך דארף נישט זייער 'פרישידעיר', ונהנה רבינו מאוד.

והנני יוצא בחפזון לכבוד השבת, ובפרט שהשאוע"ר כבר מתקרר. ויה"ר שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, ולא ינוח גורל הרשע על שבט הצדיקים.

הכ"ד יום י"ג אלול, יום אשר רביה"ק הי' נושם בו במשך כל ימי חייו,

הק' ונבנתה העיר
פה הקאמפיוטער שלי שית-אפדעיט במהרה

הגזירה הנוראה.jpg
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3612
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7147 מאל

בענין הגזירה הנוראה

הודעהדורך מי אני » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:12 pm

ועוד, א רעפרידזשירעיטאר ארבעט דורכ׳ן אפלייען די קאנצעפט פונ׳ם קארנאט סייקל און היץ ענדשזין וואס איז געבויט אויף/אין די צווייטע געזעץ פון טערמאדיינעמיקס. און די געזעץ איז שוין לאנג נודע לשמצה אז ס׳נעמט נישט אן תתאה גבר פון שמואל אדער אפילו עילאה גבר פון רב. אזא פרעכע סארט כפירה... :lol:

יום ו' עש״ק לסדר אשר ״קרך״ בדרך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 9:10 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 447
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

הודעהדורך גדליה » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:34 pm

לרבים השואלים חוות דעתי בעניין הכלי הידוע הנקרא רעפריטדשזירעיטע"ל בשפת נכרי.
הנה לצערי איני בקי בעניין החכמה הלזו ועל כאן סמכתי יתדותיי על דברי האי גברא רבא הבקי בשבילי דקרירא.
אולם רמז יש כאן וכבר אמרו זל חמור אפילו בתמוז קרירא ליה. כי החמור יש לו כלי הלז שמקרר.
החותם בתער ובקברון לב
הקטן גדליה
המיועד להיות נשיא ארה"ב
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 5:43 pm

בכלל זעט מען פון דעם די טפשות און נארישקייט פון די גוים און זייערע אזויגערופענע "וויסנשאפטלער", ווי זיי ווייסן פשוט נישט וואס טוט זיך מיט זיי, און זענען אינגאנצן צעמישט.

זיי ערפינדן א מאשין צו מאכן קאלט, און מאכן זיך ווי כאילו ס'איז עפעס א טובה פאר דער וועלט. עס גייט אבער דורך א שטיק צייט און זיי זעען אז ס'איז נישט קיין תכלית, זאכן זענען קאלט, און מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן. אנשטאט די שוטים זאלן כאפן וואס זיי האבן חרוב געמאכט, און מבטל זיין זייער נארישן מאשין וואס מאכט קאלט, קומען די חכמי כעלעם הנקראים סייענטיסטן און ערפינדן א נייעם מאשין... און וואס גייט דער נייער מאשין טון? ס'גייט מאכן הייס...! :lol:

איי שוטה איינער, נעם אוועק דעם ערשטן מאשין וועט מען נישט דארפן דעם צווייטן. נו, איז ער דאך אבער א נארישער כעלעמער גוי!
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2432
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9536 מאל

הודעהדורך איש חזון » מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2019 11:45 pm

:lol: :lol:
בייגעלייגטע פיילס
Capture.JPG
Capture.JPG (10.07 KiB) געזען געווארן 1221 מאל
וקרב פזורינו מבין הגויים
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:02 pm
האט שוין געלייקט: 669 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך ארי נוהם » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 12:01 am

מוצש"ק לסדר "וחשקת בה" (ואחז"ל "לא דיברה תורה אלא כנגד יצה"ר"), ימי הרחמים והסליחות בפרוס שנת ת'כלה ש'נת פ'רידזשידער לפ"ק


הנני בזה כיהודה ועוד לקרא, להיות נמנה על דבר מצוה ובכנסיה לש"ש, לגדור גדר ולעמוד בפרץ, למען לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי בתועבת כל זדון לב, באסון הנורא הטמון במקרר ומקפיא הנקרא פרידזשידער ופריזער רח"ל.

וליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, ואכן בפרשה זו - פרשת מלחמת עמלק - אמרו חז"ל משל לאמבטיה רותחת וכולם חוששים ליכנס, עד שהדיוט קופץ ומקרר את האמבטיה. והנה מעודי תמהתי ע"ז, כי כידוע כל פרשת מלחמת עמלק דרשינן על מלחמת היצר הוא עמלק הוא שאור שבעיסה הוא עקמימיות שבלב, והכל מובן ומפורש בר מן דין שהמשילו הענין לזה שעמלק מקרר האמבטיה.

אבל עתה נתגלה קלונם ברבים, שהנה הם רוצים להשתמש באותו פרידזשידער הידוע לשמצה שהוא מקרר, וזוהי ממש כאותו משל בקירור האמבטיה, חושבנא דדין כחושבנא דדין. וכל הרואה בטח יתבהל רעיונו ויראה עד כמה עמקו וגדלו דברי חכמינו ז"ל, שהזהירו מראש שזה דרכם כסל למו של הני רשיעי, שרוצים בקירור דווקא, ולכן נתלו בהאי פרידזשידער ל"ע ה"י.


וכאשר עשיתי שאלת חלום פירשו לי כדלהלן: "מקרר" עולה למספר "רק עמלק", ומיד עמדתי על רגלי כנשוך נחש, בראותי שהפרידזשידער הנקרא מקרר, זהו קליפת עמלק ממש בדורנו אלה, ותרגז בטני ותאחזני פלצות באשר העולם משתומם ואין איש שם על לב.


וידוע שכאשר נכנס ר' יחזקאל שמש אצל רביה"ק זי"ע ואמר לו שהמקררים הציונים משתמשים באותו כלי טמא הנקרא פרידזשידער, נענה לו רבינו מיד בצחות לשונו כדרכו בקודש, ואמר לו: הן אחז"ל שמא קגרים, והנה שם פרידזשידער נקרא כן כי הוא נטריקון פרי [מלשון 'חופשי' באנגלית] דזשיד [מלשון 'יהודי' בלועז] ער, כלומר שיהודי שמכניס כלי טמא זה בביתו, "איז ער א פרייע דזשיד"...! וכולם הודו מיד שרבינו בחכמתו קלע אל השערה ולא החטיא.

וכמה מסר רבינו את נפשו ע"ז, וצעק במר לבו ככרוכיא: אל תפנו אל האובות ואל הידעונים, ופירש שאלו העמלקים כדרכם נעשים לאנשי מדע שיודעים להסביר ולבאר הכל בחלקלקות לשונם, ואם עדיין אין להם משנה סדורה עדיין יש להם צדדים לומר כך וכך, וע"ז פירש 'אל תפנו אל האובות' רצ"ל שלא תפנו לאלו האומרים "אויב אזוי דעמאלט מוז מען זאגן אזוי", 'ואל הידעונים' רצ"ל לאלו הידענים הנקראים סייענטיסטן בלשונם. ימש"ו של הני אנשי דלא מעלי, בני בליעל, זרע אדום.


ועתה התחצפו עד למאוד, לקחת האמבטיה רותחת ולהכניסם לתוך הקרירות שלהם, ע"י כלי הגאז שמשתמשים בזה גם לקרר וגם לחמם רח"ל, וכ"ז כדי לטמא האי קליפת נוגה בטומאת שלש קליפות הטמאות, כנודע ליודעי ח"ן, ואלו בני לבן מתכוונים לעקור את הכל, היל"ת.


על כן יצאתי בזה מגדרי ונתחברתי במחאה גלויה לשפירא קרתא דירושלים, ובטוחני שכאשר זה המשוקץ נופל אזי 'ונבנתה העיר' על תילה בב"א.


הכ"ד המדבר בתוך רומי המדינה, כאשר נדמינו למשל ולשנינה, וארים קול נהי וקינה
הק' יהודה אריה די-מודינה
[פק"ק ווניציה והגליל]
קול קורא בטומאת הפרידזשידער.pdf
(95.24 KiB) אראפגעלאדנט 54 מאל
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1143 מאל

Re: בענין הגזירה הנוראה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:51 am

ט׳געדענקט קיינער נישט אז מיט גא"ז האט מען אויסגעשחט׳ן אונזער זיידעס? פאר דעם אליינס ווער קען זיך באנוצען דערמיט? נישט נאר אידען זענען זיי נישט, נאר פשוט׳ער מענטשען אויך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8687
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3031 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

Re: בענין הגזירה הנוראה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:52 am

ט׳געדענקט קיינער נישט אז מיט גא"ז האט מען אויסגעשחט׳ן אונזער זיידעס? פאר דעם אליינס ווער קען זיך באנוצען דערמיט? נישט נאר אידען זענען זיי נישט, נאר פשוט׳ער מענטשען אויך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8687
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3031 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8153 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:04 am

כיהודה ועוד לקרא, כי הכלי הנקרא עקינדישען פשוט מאוד שהוא בכלל הגזירה, ותנא ושייר. וכבר אמר הגאון וכלים מכלים שונים.

יעזור השי"ת ויתחממו הלבבות.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1870
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 990 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 1:46 pm

מ'קען היינט טרעפען יונגעלייט וואס "פארשטייען נישט וואסיז ראנג!!!" נעבעך , קומט זיך א נארישע פויער וואס פרעסט יעדן טאג סטעיק און ארבייט צווישען נשים , און "פארשטייט נישט" וואס איז ראנג מיט א פריזשידיער. א רחמנות , און ער פארלאנגט נאך אז מ'זאל אים מסביר זיין!!
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1459 מאל

הודעהדורך גדליה » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:03 pm

איין אויבערכאכעם אין מקוה האט זיך היינט געברענגט א ראיע אז מ'מעג נוצען רעפזשירעיטערס ווייל דער דעברעצינער רב אסר'ט צו עפענען א פרידזש שבת איז משמע אז אינדערוואכען מעג מען...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1040
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:48 pm

ווען א איד האצעך אויסגעדרוקט צום רבי'ן אז אים שאדט נישט די אלע קאלטע און געפרוירענע כלים, האט די רבי געענטפערט: וויפיל קאלטע סעלצער האט שוין דער איד געזויפט, אז דאס זאל אים נישט שאטן! ודפח"ח. כמה גדולים דברי חכמים.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2099
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1077 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1292 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:52 pm

IMG_20190915_235135.jpg
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1787
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2289 מאל

הודעהדורך yerushalmi » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 7:15 pm

אין די לעצטע טעג זינט עס איז אויפגעדעקט געווארן וויאזוי די "קריטיקעל
טינקינג" קליפה האט זיך אריינגעכאפט אין די סדרי הלימודים אין די היימישע
מוסדות דורך די קאמאן קאור, האבן עסקנים אנגעהויבן מער זיך אריינטוען אין די
נושא, און ווי זיי האבן באמערקט איז די קאמאן קאור בלויז די שפיץ פון די
אייזבארג. די ערליכע עסקנים האבן איינגעזעהן אז פיל מער איז באהאלטן, און די
טיפע קליפה האט זיך שוין פיל מער אריינגעריסן אין די היימישע מוסדות און
שטובער ווי זיי האבן פריער געטראכט. און לויט ווי זיי געבן איבער דארף דאס
יהדות החרדית א שטארקע אויפשאקלונג, ווייל אויב וועט מען זיך נישט באצייטענס
אויפוועקן איז תוצאותיו מי ישורנה.

און דאס איז די רעדע פון קינדער שפילערייען. לויט וויאזוי מומחים גיבן איבער
האבן די גוים אויסגעשטעלט די געימס, מיט א ספעציעלע קונצליכע אופן צו
אויספארעמען די קינד פון דעם מוח מיט די גאנצע כפירה פון קריטיקעל טינקינג,
אזוי אז ווען די קינדער וועלן אונטערוואקסן זאלן זייער מוח טראכטן אויף א
קאלעדזש שטייגער, מיט די גאנצע קלאפער געצייג, מיט זייער קאלעדזש מהלך רחמנא
ליצלן.

אין די לעצטע פאר טעג האבן די עסקנים אנגעהויבן דורכגיין די קינדער געימס און
זיי אדורכקוקן צו זעהן וועלכע זענען יא אדער נישט אויסגעהאלטן, אבער עס האט
זיך ארויסגעשטעלט א טונקעלע בילד. מיר וועלן דא איבערגעבן בלויז עטליכע געימס,
און נאך וועט נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג.

שאך: יא… איר לייענט גוט. בלויז שפילן די שאך שפילעריי העלפט אויפבויען די
קריטיקעל טינקינג פון דאס קינד. מיר לייגן דא ארויף ציטאטן פון וואס די גוים
אליינס שרייבן, אין א בחינה פון יתנו עידיהם וכו'. וירא הקהל וישפוט

https://www.whitbyschool.org/passionfor ... chess-camp



און אצינד וועלן מיר ארויפלייגן וואס זיי זאגן אויף סודאקא. עס איז וויכטיג צו
אנמערקן אז די גוים זאגן אליינס אז סודאקא זאל גענוצט ווערן אינאיינעם מיט די
קאמאן קאור, צוליב איר ענליכע אייגענשאפטן און צילן ה"י. אין דעם פאלגענדן
לינק, זאגן זיי קלאר אז סודאקא האט די מעגליכקייט צו פאראייניגן אלע סארט
רעליגיעס און קולטורן, וויבאלד ווען איינער קען די שפילעריי, קען ער זיך שפילן
מיט מענטשן פון פארשידענארטיגע בעקגראונדס. און דאס איז וואס זיי שרייבן קלאר
ארויס.

https://www.sudokuasateachingtool.org/d ... udoku.html
yerushalmi
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 24, 2019 6:28 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

איסור על פערל"ס

הודעהדורך איש את רעהו » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 11:51 pm

pearls.jpg
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2161
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

Re: בענין הגזירה הנוראה

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:53 am

איש את רעהו האט געשריבן:
pearls.jpg
ווער איז דעיס? קרעמניץ?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 597 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט