בלאט 1 פון 1

חסידי בית ליסקא פארדאמען שרעקליכע אסיפה סקאנדאל

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 7:38 am
דורך המלוכה והממשלה
א שרעקליכע סקאנדאל איז פארגעקימען אין בארא פארק. נאכדעם וואס ס'איז געמאכט געווארען א וויכטיגע אסיפה וועגן די שוידערליכע פאר'פאניקטע גזירת החינוך , און מ'האט נישט געריפן ליסקא רבי צו קימען נעמען א טייל.

חסידי ליסקא זענען אינגאנצען צוטרייסעלט און ווינדערן זיך אויב זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל , און מ'דארף נישט קעירן פאר די גזירות החינוך וואס וועט זיי אויך אפ'שמדן און פארברענען.

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 8:19 am
דורך איסר האטלקי
פון הונטער די קוליסן הער איך אז עטליכע פראמינענטע רבנים גרייטן זיך פאר אן אסיפת התעוררות ומחאה קעגן די סעלעקציע ביים נעכטיגן אסיפה.

צוויישן די משתתפים וועלן זיך אנזען הונדערטער רבנים ואדמורי"ם, פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע זענען איגנארירט געווארן ביים נעכטיגן אסיפה, ווארשיינליך צוליב'ן בלויזן חטא פון נישט פארמאגן קיין אייגענע מוסדות!

די אסיפה וועט פארקומען בבית האדמו"ר מליסקא, מ'וועט צושטעלן קאלטע סעלצער און צענדליגער פאטאגראפירער.

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 11:05 am
דורך קאך_לעפל
זאכן-ווייסער דערציילן - אז ביי די זיצונג האט געהאנגן א בילד פון הרה''ק רבי ישעי'לע קרעסטירער זי''ע - וואס האט פילייכט אונטער געהערט די טיפזינגע דברי חכמה וואס די צדיקי הדורות האבן דארט דיסקוסירט איבער די צוקנופט פון אונזערע קינדער. און ווי ס'איז ברייט באוויסט האבן די צדיקי בית ליסקא לדורותיהם זיך נישט געזען אויג צו אויג מיט רבי ישעי'לע. ווארשיינליך דערפאר איז די ליסקער צדיק אפוועזען געווען פון די גרויסארטיגער זיצונג...

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 1:31 pm
דורך יישר כח באשעפער
די גרויסע רבי'ס וואס זארגן זיך פאר אינזערע דורות זענען נישט געווען דארט מען האט סתם געקייט לאקשן און געשטיפט די צייט
רחמיסטריווקא סקווירא סאטמאר קרית יואל באבוב וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג קיימישע טשערנאבל קאסוב רבי משה וואלפסאן רבי יחזקאל ראטה ועוד ועוד נישט דא וואס צו זיין צובראכען

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 3:53 pm
דורך שמעון וואלף
יישר כח באשעפער האט געשריבן:די גרויסע רבי'ס וואס זארגן זיך פאר אינזערע דורות זענען נישט געווען דארט מען האט סתם געקייט לאקשן און געשטיפט די צייט
רחמיסטריווקא סקווירא סאטמאר קרית יואל באבוב וויזניץ מאנסי וויליאמסבורג קיימישע טשערנאבל קאסוב רבי משה וואלפסאן רבי יחזקאל ראטה ועוד ועוד נישט דא וואס צו זיין צובראכען

באבוב-45 איז געווען?

Re: חסידי בית ליסקא פארדאמען שרעקליכע אסיפה סקאנדאל

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 4:20 pm
דורך יהודי פשוט
שמעון וואלף האט געשריבן:באבוב-45 איז געווען?


יא

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 5:43 pm
דורך אוהב ספרים
באבוב האט געשיקט זייער ראש ישיבה
סאטמאר מהר"א זייער וומסב"ג רב
סקווירא זייער ב"פ דיין


ליסקא פארלאנגט זיך א אסיפה פאר זיך... פאר די מיליאנען קינדער
און אויכעט היבנוב

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 10:42 pm
דורך שמעון וואלף
די זקן האדמורי"ם הגה"ק מ'צאנז האט זיך באטייליגט?

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 4:43 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
המלוכה והממשלה האט געשריבן:א שרעקליכע סקאנדאל איז פארגעקימען אין בארא פארק. נאכדעם וואס ס'איז געמאכט געווארען א וויכטיגע אסיפה וועגן די שוידערליכע פאר'פאניקטע גזירת החינוך , און מ'האט נישט געריפן ליסקא רבי צו קימען נעמען א טייל.

חסידי ליסקא זענען אינגאנצען צוטרייסעלט און ווינדערן זיך אויב זיי זענען נישט קיין חלק פון כלל ישראל , און מ'דארף נישט קעירן פאר די גזירות החינוך וואס וועט זיי אויך אפ'שמדן און פארברענען.


אוי נעבעך עזרא'לה אויב דו גייסט זיין וואויל און זיך נישט שלאגען מיט דיין שוועסטער הילארי וועט מען דיר אויך איינלאדענען