דאס טאביק שמעקן.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

דאס טאביק שמעקן.

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 4:28 pm

עס שווימען זיך אזוי ארויף אויף די געדאנקן די נאסטאלאגישע קינדערישע יארן, אינעם ליכטיגן אמאל, ווען אונזערע טאטעס האבן אונז ביי די הענטלעך גענומען אין שול אריין יעדן פרייטאג צו נאכטס. מיר נאאיווע קינדער זענען געזיצן מיט אונזערע שיינע ציכטיגע ווייסע העמדלעך, און באטראכט מיט א פארגאפטקייט, ווי אונזערע טאטעס ציען אריין אין זייער נאז לעכער דעם פיינעם שמעק-טאביק, דאס אאה... וואס האט זיך דערנאך געהערט איז געווען א באשיינפערליכער צייגעניש אז דער טאטע האט אקוראשט פארזוכט א שפיר פונעם הימלישן גארטן.

דאס טאביק-שמעקן איז פון שטענדיג אן, געווען א אינטעגראלער טייל פונעם אידשן רוה טאג. שווער-אויסגעהארעוועטע אידן זענען געקומען אין בית מדרש אריין פרייטיג צו נאכט, גוט אויסגעפראקט פונעם הייסן שוויץ, נאך א ברייטע שטיק הייסע קארטאפל קוגל אראפגעשלינגן מיט א שאל קאלטע ביר באקרוינט מיט א לייכטן ווייסן שוים, און זייערע נאז לעכער לעכצן נאך א גוטן שמעק טאביק.

עס זענען געווען מאנכע, טאקע בלויז א מינדהייט אבער פארט, וועלכע האבן גענומען דאס טאביק שמעקן מיט לייכזיניקייט. זיי האבן זיך בלויז באגענוגט מיט אזא אויבערפלעכליכער שמעק, ווי גלייך דער טייוול זעלבסט וואלט זיי געהאלטן ביים קארג. דאקעגן די ערליכע אידן, הויפזעכליך די דאזיגע וועלכע האבן זיך נאך געווייקט ביים רבין אין דער אלטער היים אין די ווישעוועס, האבן גענומען דאס טאביק שמעקן מיט פולסטן ערענסטקייט. זיי האבן צוגעטרעטן צום טאביק שמעקן מיט א הייליגע ציטער און ערענפורכט, אזש עס לאזט זיך גאר נישט זאגן.

אט איז ווי אזוי דאס טאביק שמעקן איז צוגעגאנגן...

ערשט האט מען זיך גוט אויסגעבלאזן די נאז מיטן ווייסן ציכטיגן טאשטיכל - אזוי אז ס'זאל חלילה נישט זיין קיין חציצה צווישן די נאז מיט די טאביק שטויב. דאן האט מען ספאנטאן זיך צוריק איינגעהילט מיטן גענוצטן פאטשיילע...לקיים מה שנאמר, בל תשקצו את נפשותיכם. דאן האט מען פארזיכטיג גענומען דאס טאביק פישקע אין די הענט, און אזוי זארגפוליג געקלאפט מיט די פינגערס אויפן דעקל זיך אונטערברימענדיג דערביי א הארציגער מעלאדיע. און בלויז נאך די אלע גראנדיעזע צוגרייטונגן, האט מען מיט א קענטליכער ערענפורכט אויפגעמאכט דאס טאביק-פישקע און ספאנטאן אריינגעשטעקט די גאנצע נאז טיף אריין אינעם ברוינעם טאביק ביז ווי ווייט דער נאז דערגרייכט, און טיף טיף אריינגעצויגן ביז דער אטעם האט זיך גענצליך פארהאקט.
דאן האט מען אריינגעשטיפט די צוויי גראבע פינגער אינעם פישקע, און ארויסגעשעפט א אנגעפולטן הויפן טאביק, און עס אריינגעשטיפט טיף טיף ארויף אין די נאז, ביז די אויגן האבן ארויסגעשטארצט פון זייער לעכער און די דיקע פלאסטישע בריל איז אריינגעגראבן געווארן אין די געשוואלנע באקן... און דאן האט אפגעהילכעט א האטשו... אזאנס און אזעלכס, אזש די טויטע טויבע האבן זיך דערוועקט פון זייער בערן שלאף. און די ארומיגע זענען באשויערעט געווארן מיט מענטשליכע פליסיקייט, און ערשט דאן האט מען זיך צורעכט געמאכט די אפגעברוינטע וואנצן... וואויל איז צו די אויגן וועלכע האבן דאס צוגעזען...

דער פאלטיק ארום דעם טאביק שמעקן האט געשפילט גאר א גרויסע ראלע. געניטע אבזערווירער האבן ביים טאביק שמעקן געקענט באמערקן אלעס וואס ס'האט זיך אפגעשפילט דורכאויס וואך. נישט יעדער האט געהאט די רעכט צו פארמאגן א אייגענעם טאביק פישקע. דער רעכט פון פארמאגן א טאביק פישקע איז געווען רעזערווירט אויסשליסליך פאר די רייכע און פראמינענטע לייט אין שטעטל. זיי פלעגן ארום צו שפארצירן אין בית מדרש מיט א פאריסענעם שטאלץ, און אויסשטרעקן די פישקעס פאר די שמעקער. זעלבסטפארשטענליך אז זיי פיינט האבן זיי איבערגעהיפט. אזוי האט יעדער געקענט באמערקן ווער ס'האט פיינט וועם - און עס איז שוין וואס צו דיסקאסירן דעם אנדערען אינדערפרי אין די מקוה ביים פוס קראצן. אויב עמיצער האט מיטאמאל אנגעהויבן ארום צו גיין מיט א טאביק פישקע – האט דאס באדייט אז ער איז געווארן א שטיקל נגיד, און אויב איינער האט אויפגעהערט - האט דאס באדייט אז ער האט ווארשיינליך גוט אנגעזעצט, און אזוי ווייטער.

ליידער איז דאס גאנצער ענין פון טאביק-שמעקן היפש נאכגעלאזט געווארן, ס'איז שוין העכסט צייט פאר די טעטיגע עסקנים אויפצוהערן מיט די נארישע אומנויטיגע עסקנות, און צוריק איינפעדימען דעם הייליגן עבודה פון טאביק שמעקן... און עס זאל שוין זיין ווי רבינו יהודה הלוי זינגט אין זיין געזאנג: יוֹם שַׁבָּתון אֵין לִשְׁכּוחַ. זִכְרו כְּרֵיחַ הַנִּיחוחַ...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1865
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2119 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 7:49 pm

יואלי ראטה זאגט אז דער טאבאק אמאהל האט נישט געהאט קיין שום גראזן וואס מאכן הלאסינאציעס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2304
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1208 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט