האט טראמפּ באפרייט רובאשקין פון טורמע?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

האט טראמפּ באפרייט רובאשקין פון טורמע?

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יולי 28, 2020 11:48 pm

טראמפּ'ס פאפולאריטעט ביים חסידישער געמיינדע איז א שטארקע וואונדער, ווארום ער איז דאך א מושחת און האט שלעכטע מידות. וואלט אבער די היינטיגע חסידישע דור וואס ווייקט זיך ביי אזעלכע אויסגעלייטערטע מנהיגים געדארפט וויסן בעסערס. דער עולם כאפט זיך אבער צו צו עפעס א מעשה'לע אז טראמפּ האט אנגעבליך אמאל באפרייט א הויך קלאסיגער אידישער ארעסטאנט פון תפיסה נאך וואס מ'האט איהם אזוי בריטאליש אריינגעשליידערט אין תפיסה על לא דבר!

די מעשה ווערט גענוצט צו געבן א 'אפשאצונג' אויף טראמפּ 'כאילו' ער איז בעצם יא א אוהב ישראל. און אלע באשרייבונגען פון דער געשיכטע האבן צוגעלייגט אז טראמפּ האט עס געטוהן געטוהן בדרך הצנע לכת און טוהט זיך נישט אויף און רעדט קיינמאל נישט דערוועגן און אוודאי גרויסט ער זיך חלילה נישט מיט דעם נאבעלן אקט.

עס איז קאמיש אז טראמפּ זאל האבן געטוהן אזא נאבעלער אקט, נאך וואס דער וועלט באקאנטער און שטארק רעספעקטירטער ארגענעזאציע הנודע לשומצה עי,די,על, האט שוין קאנפערמירט דעם טראמפּען אלס א ריזיגער אנטיסעמיט ווי נאר ער האט אנגעהויבן לויפן פאר פרעזידענט, ווארום זיי האבן פרעפערירט אנדער מער עסטאבלירטע פאליטיקאנטן און דער טראמפּען איז געווען און קעגנזאץ פון זייערע געלטגעבער.

אבער עס איז נישט אמת אז טראמפּ האט זיך נישט געגרויסט דערמיט. מיט יאר דעראויף האט עס ארויפגעברענגט אין מאנהעטן ביי אן אסיפה מיט היימישע אינגעלייט און ער האט עס אזוי אראפגעלייגט בדרך גאות. די עי, די,על, האט טאקע נישט געשפעטיגט צו פארדאמען יענע דרשה אלס א אנטיסעמיטישע דרשה אבער נישט וועגן דער פרט.

אין זיין קאמפיין וואלט ער אוודאי יא געוואלט מאכן א עסק דערפון אבער אזויווי די דעמאקראטן מיט אזעלכע אוהבי ישראל ווי שומער וואס האבן זיך שטארק אקייגן געשטעלט וועלן דאס פאליטיזירן און ס'וועט נאר ברענגן עקסטערע שנאה פון די לינקע לאגער אויף חסידישע אידען האט ער דעריבער נעבעך געדארפט איינעמען א שטיל שווייגעניש.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1305 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יולי 29, 2020 12:06 am

קורקלענד: ווען איך האב אנגעהויבן צו ליינען דיין שטארק חשוב'ן מאמר האב איך געטראכט צו מיר. אז אפשר איז דער הרב קורקלענד' געווען געפאנגען אין א תפיסה ערגעץ אין בוטאן מאשאר (אויסער מאנגאליע) און ר'איז נארוואס באפרייט געווארן. און ער מעג עפ"י הלכה זיך געהעריג שערן און שעיוון.אז ער וועיסט נישט ווער פרעזידענט דאנאלד טראמפ איז. און די חשוב'ע ארגאניזאציע עי.די.על. איז. און והעולה על כולנה. וואספארא שטארקער אוהב (אויב) ישמעאל סענאטאר צ'ארלס שומר איז. נעבעך א תמימות'דיגער איד. וועלכער מיינט אז דער רעוו. על שארפטאן (ימ"ש) איז א חשוב'ער שתדלן אין גרעיטער ניו יארק...!

ביז איך האב געזעהן אז דער גאנצער מאמר איז אין די ..."שמייכל"... אפטיילונג...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13947
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 15983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9056 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט