רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לכבוד די שבעה דנחמתא - ביטע נישט נעמען ערנסט.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לכבוד די שבעה דנחמתא - ביטע נישט נעמען צום הארצן.
עך! יהודה, יהודה, יהודה, יהודה, יהודה, יהודה, יהודה - די אמאליגע יהודה, נישט די יעצטיגע יהודה, די גוטע יהודה, יהודה, געווען אמאל, אמאל, אמאל, אמאל נישט היינט א לאנד א זיסע א גוטע א שיינע. דארט צו וואוינען איז געווען א פארגעניגן, וועלכע גאט די הארץ גלוסט דו האסט געקענט איהם דינען, א בעל’לע, אן אשירה’לע, און איבער אלעם דעם גרויסן מעכטיגע הוי”ה יתברך שמו אליינס.
אונז זענען יעצט אין די צייטן ארום די יאר ג’ אלפים ר”ץ, איבער’ן גאנצן לאנד זענען פארשפרייט שטאטוען און טעמפלען פאר די אלע געטער, די עלטסטע פון זיי וואס מ’ווייסט איז אינעם שטעטל בית אל און ווערט שוין דערמאנט אין ספר שמואל-א (י,ג). אויסער דעם זענען אויך דא די צוויי קעלבערנע שטאטוען אינעם שטעטל דן, די טעמפלען אין גילגל און באר שבע (עמוס ה,ה), לויט געוויסע היסטאריקער איז אויך געווען א טעמפל אין ערד וואס מ‘פלעגט דארט פאררייכערן מאריחואנה צוצוקומען צו גרויסע השגות, אבער די טעמפל איבער וועלכע מיר וועלן זיך יעצט קאנצעטרירן איז די טעמפל אין ירושלים וואס ווערט פינאנצירט און געפירט אונטער’ן אויפזיכט פונעם קעניג. דיזע בית מקדש אין ירושלים האט לויט’ן לעגענדע געלאזט בויען נישט קיין צווייטער ווי דער קעניג שלמה וואס דער היינטיגער קעניג יאשיהו איז זיינס א דירעקטער אייניקל בן אחר בן, און דער קעניג פילט זיך פארפליכטעט ווייטער אנצוהאלטן די מסורה און אנהאלטן דעם זיידע’נס בית מקדש און האלט טאקע אין איין אויפטרייבן געלט צו פינאנצירן דעם הייליג הויז.
קיינער ווייסט נישט אויף זיכער פאר וועלכע גאט פונקט שלמה המלך האט געלאזט בויען דעם בית מקדש, אזויפיל ווייסט מען אז היינט צוטאגס זענען דא א שפאר ביסל געטער וואס האבן זיך דארט באקוועם געמאכט, זיי שעפן א נחת רוח פון די קרבנות און קטורת וואס מ’אפפערט זיי, און זענען משפיע קדושה וטהרה און צומאל אויך נבואה פאר די וואס זענען זוכה. דעם חשוב’סטן פלאץ אין דעם בית מקדש- די קודש הקדשים - איז רעזערווירט פאר די עלטסטע און הייליגסטע פסל וואס כלל ישראל פארמאגט, דאס זענען די צוויי קליינע פייגלעך אויפ’ן ארון הברית, געבויעט דורך משה רבינו, וואס טוען סימבאלאזירן דעם גרויסן גאט הוי”ה און זיין ווייב אשירה. ווען די אידן פירן זיך אויף ווי ס’באדארף צו זיין קומען זיך די צוויי צוזאם מיט גרויס ליבשאפט, די הימלען עפענען זיך, ס’נעמען זיך רינען השפעות פון הימל, און די פעלדער ווערן אנגעטרונקען מיט גשמי ברכה.
אין דעם קודש הקדשים געפינען זיך אויך צוויי גרויסע פייגל, אוועקגעשטעלט דורך שלמה המלך - דער גרינדער פונעם טעמפל, ווארשיינדליך אויך פאר הוי”ה און זיין ווייב אשירה. אינעם היכל האט שלמה המלך געלאזט אווקעשטעלן צעהן לייכטערס וואס פארשפרייטן א רוחניות’דיגע ליכטיגקייט און חכמה פאר יעדער וואס קומט נאר אריין אינעם בית המקדש, אויך זענען דא דארט צעהן טישן אנגעפילט מיט ברויט וואס ווערן קיינמאל אויסגעטריקנט און ס’האלט אין איין פליסן פון זיי א געדיכטן פארע ווי פריש ארויס פון אויוון, מ’זעהט באשיינפערליך אז די זענען געטליכע ברויטן וואס זענען משפיע א שפע פון פרנסה און געלט פאר אלע באזוכער. אויך שטייט דארט דעם קליינעם גאלדענעם מזבח פון משה רבינו אויף וואס דער כהן פאררייכערט בשמים צוויי מאל א טאג און פארשפרייט א זיסע געשמאקע ריח וואס באצויבערט אלע באזוכער. נאך א זאך וואס שטייט דארט איז א שטאטוע פונעם געטין אשירה וואס איז משפיע קינדער פאר אלע באזוכער.
אינעם הויף פונעם בית מקדש שטייען א צאל מזבוחת אויף צו אפפערן קרבנות פאר די געטער: אינמיטן הויף שטייט מיט גרויס פראכט דעם עלטסטן מזבח וואס שלמה המלך האט נאך געבויט, און דערויף ברענט דעם העליש פייער וואס שלמה המלך האט אראפגעברענגט פון הימל וואס לעשט זיך קיינמאל נישט אויס. אויסער דעם זענען דא אויפ’ן דאך און אין די זייטיגע צימערן א צאל מזבחות, יעדעס איינס פאר אן אנדערן גאט, און ווען איינער וויל ברענגען א קרבן פאר א ספעציפישע גאט איז די כהן מקריב זיין קרבן אויף די מזבח וואס געהערט צו יענעם גאט. אויסער דעם איז דאס בית המקדש פול מיט שטאטוען און כלים פון אנדערע געטער ווי צ.ב. בעל און נאך א צאל אנדערע - “צבא השמים” ווי זיי ווערן אנגערופן.
דאס רוב פון די הייליגע עבודה אינעם בית המקדש ווערט געטוהן דורך די כהנים, זיי זענען די וואס שפריצן די בלוט פון די קרבנות אויף די מזבחות צו פארצייען אויף עבירות, זיי זענען די וואס צינדן אן די לייכטערס, פאררייכערן די בשמים, און באקן און שטעלן ארויף די ברויט אוי די טישן אינעם היכל, און צוויי מאל א טאג, ביים מקריב זיין דעם קרבן תמיד אויפ’ן גרויסן מזבח, בענטשן זיי די באזוכער מיט די דריי ברכות וואס זענען מקובל פון דורי דורות. די צווייטע אין ראנג זענען די לוויים, זיי זענען די וואס פירן די גשמיות’דיגע ווירטשאפט, זיי באוואכן דאס פלאץ, האלטן ארדענונג, און זינגען און שפילן די מזיק ביי די הייליגע עבודה. א וויכטיגע טייל פון די עבודה ווערט אויך געטון דורך די קדשות, זיי זענען די וואס וועבן די געצעלטן פאר דעם געטין אשרה, און זיי זענען משפיע השפעות פונעם געטין אשירה דורך זנות.
די באזוכער אינעם בית המקדש זענען פילצאליג, דאס רוב באזוכער קומען כדי צו מכפר זיין עבירות וואס זיי זענען ליידער באגאנגען, אנדערע קומען בשעת צרה צו פועל’ן א ישועה ביי וועלכע פון די געטער. איינער וואס האט א ליידער א קראנקן אין שטוב קומט אין בית המקדש מקריב זיין א קרבן פאר’ן בעל - דער גאט פון לעבן, אז איינער קען ליידער נישט האבן קיין קינדער קומט ער אפפערן א קרבן פאר אשירה - דאס געטין פון פרוכטבארקייט. און אז א גאט האט איינעם געהאלפן אין צייט פון נויט קומט ער אין בית המקדש און איז מקריב א קרבן תודה מיט פערציג ברויטן און שטעלט א גרויס סעודה פאר’ן עולם, דער עולם עסט און טרונקט, מ’האט פאן מיט די קדשות פון אשירה, און מ’גייט אהיים מיט פילע זעק השפעות טובות בגשמיות ורוחניות.
צווישן די פילע באזוכער זענען אויך דא פילע דערהויבענע אידן בעלי מדריגה וואס קומען שעפן רוח הקודש אינעם בית המקדש, זיי זענען מקריב עולות, פאררייכערן הייליגע גראזן, זינגען מיט פאר’דביקות’ט מיט די לוויים’ס הימלישע געזאנגען, און זיי נעמען זיך נבואה זאגן. דער עולם שטייט ארום און הערט אויס מיט פארכט די הייליגע דברי אלוקים חיים, אז ס’געפעלט דעם עולם וואס ער זאגט רופן אלע אויס מיט התפעלות אז דער איז אן איש אלוקים, מ’גייט צו בעטן ברכות, ס’גיסן זיך קוויטלעך מיט פדיונות, און ווען דער איש אלוקים איז געענדיגט מיט די הייליגע עבודה באגלייט מען איהם ארויס מיט הילכיגע געזאנגען “אשרי העם שככה לו אשרי העם שהוי”ה אלקיו!” ווי איז אבער ווען דער נביא זאגט זאכן וואס דעם עולם געפעלט נישט אזוי שטארק, דאן ווערט ער באטיטלט מיט’ן נאמען “משוגע’נער”, מ’באווארפט איהם מיט אתרוגים, און אז ער קומט צוריק נאכאמאל ווארפט מען איהם אריין אין טורמע אינעם חצר המטרה, און אז ער פארמאכט זיך נאכאלץ נישט דאס מויל הענגט מען איהם אינמיטן שטאט. (ירמיה כט,כו; לח,ו)
איבער אלעם שטייט דער כהן הגדול מאחיו, חלקיהו בן שלום, און פירט דאס גאנצע ווירטשאפט מיט געטליכע קלוגשאפט. ער דרייט זיך ארום אינעם בית מקדש מיט די פרעכטיגע געטליכע קליידער, און ענטפערט וויכטיגע שאלות פאר די באזוכער. איין זאך וואס קיינער ווייסט נישט איבער דעם חלקיהו הכהן, ער גלייבט נישט אין די גאנצע געטער דינעריי, איהם גייט די אלע געטער אן ווי די פאריעריגע שניי וואס איז למעשה נישט אנגעקומען, פון זיין זייט זאלן זיך די אלע געטער אפפוצן פון דאנעט, ער איז נאר דא פאר איין זאך, און דאס איז “געלט”, ווילאנג די נדבות פליסן אריין אין זיינע טיפע טאשן איז ער צופרידן. ער טוט די הייליגע עבודה מיט א געמאכטע ערנסטקייט, אבער נאר דאס געלט ליגט איהם פאר די אויגן. ס’איז ממש א פלא וויאזוי א מענטש קען זיך דרייען אין אזא הייליג פלאץ טאג און נאכט און נאכאלץ זיין פארנומען מיט אזעלכע נארישקייטן, זעהט אויס אז מ’ווערט צוגעוואוינט דערצו און דאס קעפל פארט ווייטער צו די נארישקייטן. דער חלקיהו הכהן איז אלץ פארנומען וואו ער קען נאכמער אנפילן זיינע טיפע טאשן, איין טאג בליצט איהם אויף א ממזריש געדאנק, ער דארף אבער דאס הילף פונעם קעניגליכען שרייבער, שפן הסופר. סתם אזוי אריינפאלן אין קעניג’ס פאלאץ אן קיין תירוץ וואלט באלד געווארפן א חשד טראכט ער, הגם ער איז ממש א בן בית אינעם קעניגליכן פאלאץ, אבער אויפ’ן גנב ברענט דאס היטל האט ער דאך מורא, אבער די געלעגנהייט שפעטיגט נישט צו קומען.
ויהי היום, שפן הסופר קלאפט אן אין חלקיהו’ס אפיס אינעם בית המקדש, וואס איז? אזויווי ס’איז אדורך א שווערע ווינטער מיט שניי זאווערוכעס און שטארקע ווינטן האט דער בית המקדש אנגעפאנגען צו ווייזן צייכענעס פון פארנאכלעסונג. די דאך פונעם היכל ליעקט און ס’רינט ארויף אויף די מנורות, די מיטעלסטע לעכט לעשן זיך טאקע נישט אויס בדרך נס, אבער די אנדערע לעכט לעשן זיך יא אויס צומאל, און דער קעניג פילט ווי ער פארלירט די הימלישע חכמה וואס די מנורות זענען משפיע. אויך איז דא לעצטנס א פארפעסטיגונג פון שימל און מייז אינעם קודש הקדשים און דער קעניג האטמורא פאר די שלום בית פון הוי"ה און אשירה, ווען זייער שלום בית טויג נישט איז אך און וויי, דאן רעגנט נישט, מ'פארלירט מלחמות, און דאס גאנצע לאנד פארט כאדאראם. בכלל איז שוין העכסט צייט צוצובויען נאך אפאר מזבחות פאר אפאר נייע געטער וואס זענען אריין אין סטייל לעצטנס, דער עולם פארלאנגט עס, און ס’וועט אריינברענגען מער נדבות אויך.
הכלל, חלקיהו הערט זיך איין צו שפן’ס ווערטער מיט א האלבן אויער, און גראדע די לעצטער פאר ווערטער האבן איהם געכאפט. “וואס זאגסטו? מער נדבות? איך האב פיל א בעסערן פלאן ווי אריינצוברענגען נדבות, אוי איז דאס א ממזר’יש פלאן! איך דארף אבער דיין פולע צוזאמענארבעט, און איך באשווער דיר דאס צו האלטן אין פולן געהיימניס, איך זאג דיר דו וועסט נישט ארויסגיין מיט ליידיגע טאשן פון דעם געשעפט.” שפן לייגט זיין האנט אונטער חלקיהו’ס דוכט און זאגט צו אז מליבא לפומא לא גליא, און חלקיהו הייבן אן פארלייגן זיין גראנדיעזן פלאן. “דו געדענקסט נאך ווען אונז האבן געלערנט אין חדר וועגן משה רבינו?” רופט זיך חלקיהו אן.
שפן: “אוודאי אזוי.”
חלקיהו: “דו געדענקסט אויך די מעשה אז פאר משה רבינו איז אוועק האט ער אפגעשריבן א ספר תורה און עס געגעבן פאר די כהנים?”
שפן: “זיכער געדענק איך.”
חלקיהו: “וואו איז דער ספר און וואס איז געשטאנען דארט ווייסטו?”
שפן: “ניין, איך כאפ נישט וואו אהין דו צילסט, קענסט שוין קומען צום ווארט?”
חלקיהו: “ווארט א מינוט, צושטייטלעך. וואס איז אויב איך זאג דיר אז איך האב געטראפן דעם ספר תורה אינעם קדשי קדשים אונטער די באלאטעס ביים איבערבויען, וואלסטו מיר געגלייבט?”
שפן: “כ’וואלט עס געקענט גלייבן, פארוואס נישט? כ’מיין ערגעץ דארף עס דאך צו זיין.”
חלקיהו: “דו האלטס אז אויב וואלט געשטאנען דארט שארפע זאכן וואס דער עולם האט נישט ליב וואלט זיי עס געגלייבט?”
שפן: “כ’מיין אז נישט, אבער דער קעניג איז א גרויסע תמים, ער וואלט זיכער אלעס געגלייבט”.
חלקיהו: און אויב ס’וואלט געשטאנען דארט עפעס וואס גייט קעגן אונזער מסורה פון דורי דורות, למשל אז מ’טאר נישט דינען קיין גאט נאר אינעם בית המקדש אין ירושלים, וואלט ער עס אויך געגלייבט?”
שפן: “דאס וואלט ער זיכער געגלייבט, ער קען דאך נאר פארדינען דערפו, יעדער וועט מוזן קומען צו זיין בית מקדש, די נדבות וועלן זיך טאפלען אין הימל אריין און ער וועט שוין נישט דארפ’ן אזויפיל פאנדרעיזן דערפאר."
חלקיהו: “מורא’דיג! מער פון דעם דארף איך נישט, אז דער קעניג וועט גלייבן איז שוין גוט, ער וועט שוין זיכער מאכן אז אאאללעע זאלן גלייבן, ווער נישט וועט זיין מיט א קאפ קערצער, חחחחח."
שפן: “קענסט שוין קומען צום ווארט? האסטו טאקע געטראפן דעם ספר תורה? וואס האסטו געזעהן שטיין דארט?”
חלקיהו: “וואס פארשטייסטו נישט, דו ביזט דאך א סופר, א שרייבער, דו שרייב אפ א גאנצע ספר כאילו משה רבינו האט עס געשריבן, זאלסט איבערקייען נאכאמאל און נאכאמאל אז מ’טאר נישט דינען קיין אנדערע געטער אויסער הוי”ה און אז ער רוהט נאר אין איין פלאץ און דאס איז שלמה המלך’ס טעמפל אין ירושלים, צום סוף וועסטו אויך צולייגן טויטע קללות וואס ס’וועט געשעהן אויב מ’פאלגט נישט, עס צו מאכן אויסקוקן מער אויטענטיש וועסטו צולייגן מנהגים, מעשה’לעך, און סתם קרישקעלעך וואס יעדער ווייסט, און דאס געלט וועט זיך נעמען פליסן, וואס זאגסטו נישט צו אזא פלאן?”
שפן: “הער אויס, איך האב באמת מורא פון אזא פלאן, כ’האב מורא אז די געטער וועלן זיך נוקם זיין אין מיר”
חלקיהו: “ביזטו פארנארט? דו גלייבסט דען אין די אלע זאכן? קוק נאר אן, דא האסטו א שטיקל פלייש פון א קרבן עולה, כ’על עס עסן אינעם קדשי קדשים אן א קאפל און גארנישט וועט נישט געשעהן!”
שפן טראכט צו זיך: “איך ציטער פשוט נאר פון טראכטן פון זיך פארטשעפען מיט די געטער, אבער אז אפילו די כהן גדול אליינס גלייבט נישט אין די אלע זאכן, וואס זאל איך שוין טראכטן? אם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו אזובי הקיר?”
נאכ’ן שטיין אזוי פארטראכט אפאר מינוט גיבט זיך שפן א רוף אן: “ווייסטו וואס? פאר ארבע מאות שקל כסף עובר לסוחר ערלעדיג איך עס דיר.”,
“געוואלדיג” - רופט זיך חלקיהו אן - "שוין זיך נעמען צום שרייבן, מ’טאר קיין צייט פארלירן."
שפן גייט אהיים אינגאנצן צוטראגן און פארלוירן, האלב פון זיין אמונה האט ער שוין פארלוירן פון די דברי כפירה וואס ער האט זיך דא אנגעהערט, און נאך פון חלקיהו הכהן אליינס?! אין וויסטן חלום וואלט דאס איהם נישט איינגעפאלן. ער קומט אן אהיים און זיין ווייב קומט איהם אנטקעגן מיט שמאלציגע שסועה ראוסט (דברים יד,ז), ער פארשטאפט זיך גלייך דאס נאז, ער קען נישט ליידן אפילו די שמעק דערפון, פונקט היינט האט זי געמוזט דאס מאכן? די טאג היינט גייט פון שלעכט צו ערגער, ער ווייסט אבער שוין איין זאך וואס גייט זיכער אריין אינעם נייעם ספר. ער זאגט פאר זיין ווייב אז ער פילט זיך נישט גוט, ער האט מורא אז איינער פון טשיינע האט געגעסן א פלעדערמויז און אריבערגעברענגט אפאר מחלות, ער טראכט אפשר דאס אויך אריינלייגן אין ספר, פארוואס נישט? פלעדערמויזן זענען סתם אזוי עקלדיגע באשעפענישן, זיי וואוינען אין היילן, זיכער האבן זיי דארט צוטון מיט די שדים און רוחות. ער פארשפארט זיך אין ציממער, פאררייכערט אביסל חשיש, ס’גייט נישט דורך קיין פאר מינוט און ער חלומ’ט שוין פון משה רבינו, געטשקעס, שסועה און פלעדערמויז פלייש און סתם זאכן וואס ער קען נישט ליידן. ער טראכט צו זיך, אויב שוין יא, זאל מען שוין מאכן א מצווה אז יעדער מוז קומען יעדן יום טוב צו שלמה המלך’ס בית מקדש אין ירושלים, ס’עט אריינברענגען נאך געלט, פאר דעם געדאנק אליינס קען ער שוין פארלאנגען נאך אפאר ככרות זהב פון דעם חלקיהו’ן, אזוי פאלט איהם איין נאך און נאך געדאנקען, ער זעהט שוין משה רבינו האלטן דרשות, וואו פונקטליך ווייסט ער נישט צו זאגן, ערגעץ בין תופל ולבן וחצרות ודי זהב. ענדליך ענדליך אינמיטן די נאכט ניכטערט ער זיך אויס פון דעם קאנאביס, שטייט פונקט אויף צו תיקון חצות, צינדט אן א ליכטל שטילערהייט, גייט זיך אין א ווינקל אז קיינער זאל זיך נישט דערוועקן, און נעמט זיך אראפשרייבן זיינע חלומות ביז אינדערפרי.
און אזוי האט שפן געטון נאכט נאך נאכט, גערייכערט חשיש צו העלפן טרייבן דעם דמיון, און געווען אויף א האלבע נאכט אראפשרייבענדיג זיינע דמיונות, נאך צוויי וואכן האט ער שוין געהאט א דיקן ספר אין די האנט, די איבעריגע צוויי וואכן האט ער זיך אפגעגעבן מיט’ן מסדר זיין די כלומפרשטע דרשות, איבערשרייבן, צולייגן און אראפנעמען וואו ס’פעלט זיך אויס. צום סוף האט ער טאקע צוגעלייגט נישט נאר איין פרשה פון קללות, וואו ער קען האט ער אריינגעשמוגלט נאך און נאך קללות! פארוואס נישט? זאל זיין! זאל זיך קיינער נישט וואגן צו גיין אין אן אנדערן בית מקדש, צו קללות טויג ער זייער גוט, נאכדערצו אז זינט זיין שמועס מיט חלקיהו’ן איז ער נישט אין דאס בעסטע גוסטע, זיין גאנצע אויפרעגונג אויף דעם פארפוילטן טו-פעיסער חלקיהו האט ער אויסגעגעבן אין די קללות. שפן האט אבער איין פראבלעם, שעלטן קען ער טאקע זייער גוט, מ’דארף דאך אבער ענדיגן אויף א גוטן טאן, ס’פאלט איהם אבער איין א גוטן בייפאל. יום טוב ווען דער עולם קומט זיך צאם אין בית המקדש, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל, ס’איז א פרייליכע מצב, און פאר מ’געזעגנט זיך זינגט מען דארט א גאנצע שירה פון ברכות. מ’וועט דאס נעמען, עס אביסל ארומדרייען כאילו משה רבינו זאגט עס און מיט דעם ענדיגן דעם ספר.
און אזוי איז אריבער א חודש צייט, צום חודש קלאפט שפן אריין צו חלקיהו’נען אין אפיס מיט’ן ספר אין האנט, חלקיהו ליינט עס דורך שטייטערהייט פון דעקל צו דעקל און גיבט זיין הסכמה דערצו. נאר איין שאלה בלייבט, וואסערע נאמען וועט מען געבן דעם ספר? שפן טראכט אז אפשר די נאמען “דברים” וואלט געווען א גוטע נאמען פאר דעם ספר, וואס ליגט שוין אין דעם ספר? סתם צאמגעווארפן ווערטער רעטאריק מיט קללות, סתם דברים. חלקיהו האט מורא אז דער עולם וועט כאפן די ליגן, אבער שפן בארואיג איהם אז ער פלאנט נאר ארויסצוקומען מיט דעם נאמען נאכדעם וואס דער עולם וועט שוין גלייבן דערין, איינמאל מ’וועט גלייבן וועט מען שוין נישט צופיל אריינטראכטן אין די משמעות פונעם נאמען, זאל כאטש בלייבן א זכר פאר די קומענדיגע דורות איבער די מקור פונעם ספר. חלקיהו שטימט צו בלית ברירה ווייל מיט קיין אנדערן נאמען האט ער נישט געקענט אויפקומען, און שפן גייט צום קעניג פרעזענטירן דעם ספר וואס “חלקיהו האט געטראפן”.
וואספארא שטורעם דעם נייע אנטדעקטן ספר האט אנגעמאכט אין לאנד דארף איך אייך נישט פארציילן, ס’איז כמעט געווען ווי דעם זוהר הקדוש און דעם בוך פון מארמאן בשעתם. האבנדיג דעם קאפ אויפ’ן פלאץ האט שפן גלייך אויפגעמישט צו די טויטע קללות ביים ענדע ספר, “יוֹלֵךְ הוי”ה אֹתְךָ וְאֶת מַלְכְּךָ אֲשֶׁר תָּקִים עָלֶיךָ אֶל גּוֹי אֲשֶׁר לֹא יָדַעְתָּ אַתָּה וַאֲבֹתֶיךָ”, האט ער אויסגעשריגן מיט א ציטערנדיגע שטימע. הערנדיגט די ווערטער איז דעם קעניג באפאלן א פחד און א שרעק, ער האט פשוט געציטערט פאר זיין אייגן לעבן, שנעל האט ער צאמגערופן א מיטינג פון זיינע ראטגעבער, חלקיהו, שפן, שפנ’ס זוהן אחיקם, עכבור בן מכיה, און זיין חשוב’סטע קענכט עשיה וואס מ’טוט דא. אחיקם, עכבור, און עשיה האבן גלייך געהאט ספיקות אין דאס גאנץ געשעפט, ס’קען נישט זיין, האבן זיין גע’טענה’ט, אז ס’זאל נאר זיין איין קאפי פון דעם ספר, ס’זאל ליגן באהאלטן פאר הונדערטער יארן, און פונקט חלקיהו, וואס ער איז דער וואס וועט דאס מערסטע פארדינען פון דעם גאנצן געשעפט זאל עס טרעפן, ס’איז פשוט נישט מסתבר. זעענדיג אבער אז דער קעניג קען זיך נישט בארואיגן איז מען געקומען צו א פשרה אז מ’וועט גיין פרעגן חולדה הנביאה צו מ’דארף עס גלייבן און וואס מ’קען טון אז די קללות זאלן נישט מקוים ווערן.
פרעגט די גמרא: פארוואס זענען זיי פונקט געגאנגען צו חולדה, ירמיהו הנביא איז דאך געווען די גרעסטע נביא אין יענע צייטן, פארוואס פונקט זענען זיין געגאנגען צו עפעס א פרוי וואס מ’האט קיינמאל בעפאר נישט געהערט פון איר? (מגילה יד:) ענטפערט די גמרא, אז חלקיהו און שפן האבן זיך געפארכט אז ירמיהו וועט דערשמעקן די שפיצל, זענען זיי געגאנגען צו א פרוי ווייל פרויען זענען מער גאליבל. נאך א תירוץ ענטפערט די גמרא, אז פארקערט, אחיקם עכבור און עשיה האבן חושד געווען אז חלקיהו און שפן האבן דאס אונטערגעשטעלט, און זיי האבן מורא געהאט אז אפשר איז ירמיה אויך אונטערגעקויפט מיטצושפילן, זענען זיי דווקא געגאנגען צו עפעס אן אומבאוואוסטע פרוי וואס האט זיכער נישט קיין שייכות מיט די גאנצע זאך. א דריטע תירוץ ענטפערט די גמרא, אז ירמיהו האט געשפירט ברוח הקודש אז די געטער זענען אין א סכנה איז ער געגאנגען צוריקברענגען די עשרת השבטים אז זיי זאלן מחזק זיין די געצנדינעריי, איז וויבאלד ער איז נישט געווען אין לאנד זענען זיי געגאנגען צו זיין קוזינע חולדה.
הכלל, די דעלגאציע גייט צו חולדה, נישט נאר וואס זי באשטעטיגט די קללות, זי האט נאך צוגעלייגט אייגענע אויך, אבער איין זאך האט זי יא צוגעלייגט אז דאס וואס שטייט אינעם ספר אז מ’וועט נעמען דעם קעניג אין געפענגעניש וועט נישט געשעהן צו יאשיהו וויבאלד ער האט תשובה געטוהן מיט’ן גאנצן הארץ. די דעלעגאציע קומט צוריק צום קעניג און גיבט איהם איבער די רייד פון חולדה הנביאה.
הערנדיג אז חולדה איז אויך מסכים צו די קללות האט זיך דער קעניג גענומען צום עבודה צו מקיים זיין וואס שטייט אינעם ספר אין אויסראטן אלע געצנדינעריי פון לאנד. ער איז אריין אינעם הייליגן בית המקדש, ארויסגעשלעפט אלע געטשקעס און שטאטוען און פארברענט. דעם ארון האט ער זיך נישט געטרויעט צו פארברענען האט ער דאס באהאלטן, ס’זאל נישט בלייבן קיין זכר פון די אלע געטער. ער איז ארויף אויפ’ן דאך פונעם בית המקדש און צובראכן אלע פריוואטע מזבחות פון די געטער, ער האט צושטויסן אלע געצעלטן פונעם אשירה, און פארשיקט אלע אירע קדשות, אזש דער הייליגער בית המקדש איז פארבליבן פוסט און וויסט. קוים איין מזבח האט מען איבערגעלאזט פאר הוי”ה, אבער זיינע פסלים האט מען אויך פארברענט. דערנאך איז דער קעניג אליינס ארומגעפארן פון שטאט צו שטאט, פון איין בית מקדש צום צווייטן, איינגעווארפן און פארברענט.
מ’דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואספארא חרון אף די אלע מעשים פון יאשיהו האבן אנגעמאכט צווישן די געטער אין שפיץ פון הוי”ה, ער האט נעבעך געמיינט גוטס אבער די שאדן איז געטוהן געווארן. צוועלף יאר שפעטער איז יאשיהו געגאנגען באזוכן פרעה נכה און יענער האט איהם דערמארדעט.
וּמִן אָז חָדַלְנוּ לְקַטֵּר לִמְלֶכֶת הַשָּׁמַיִם וְהַסֵּךְ לָהּ נְסָכִים חָסַרְנוּ כֹל וּבַחֶרֶב וּבָרָעָב תָּמְנוּ (ירמיה מד, יח), פון דארט און ווייטער איז אלעס געגאנגען מיט’ן פיטום אראפ, יא, ס’זענען נאך געווען אידן בעלי מסירות נפש וואס האבן זיך ווייטער מוסר נפש געווען פאר די געצנדינעריי באהאלטנדיג די געטשקעס אונטער’ן שוועל פון טיר, און רוב שפעטערדיגע קעניגן האבן שוין איינגעזעהן דעם טעות, אבער די שאדן איז שוין געטוהן געווארן, מ’האט שוין נישט געהאט די השפעות טובות און שמירה פון די געטער. דריי חדשים נאך יאשיהו’ס טויט איז פרעה נכה ארויף אויף ירושלים און איר איינגענומען, נעמענדיג יאשיהו’ס זוהן אין געפענגעניש אין שטעלנדיג א פאפעט סטעיט אויף זיין פלאץ. מיטאמאל האבן אנגעפאנגען ארויסקומען נביאים מיט שווארצע נביאות, קיינער האט זיי נישט געוואלט גלייבן אבער צום סוף האבן די געטער זיך ביטער נוקם געווען. נבוכדנצר דער קעניג פון בבל איז ארויף אויף ירושלים, פארברענט דעם בית המקדש, און אויסגעהארגעט מאסן אידן. ער האט געשטעלט גדליה בן אחיקם צו פירן די אידן, אבער דאס האט זיך אויך נישט אויסגעארבעט און נאך א געלונגענעם אטענטאט אויף איהם איז דאס גאנצע לאנד אריינגעפאלן אין כאאס, טויזענטער אידן האבן גענומען דעם וואנדער שטעקן אין האנט, זיך געזעגנט פון זייער באליבט לאנד וואו זיי האבן געוואוינט פאר טויזענטער יארן, און געגאנגען אין גלות אריין. מ’האט טאקע פרובירט שפעטער איבערצובויען דעם בית המקדש, אבער וויבאלד די מ’האט נישט צוריקגעברענגט די פסלים מיט די כרובים האט עס נישט געהאט קיין שום השראת השכינה, פון א רוחניות'דיגן שטאנדפונקט איז עס געווען כמעט א טויטע זאך, אזא ביטערן טעם האט עס געהאט אז די אידן וואס האבן נאך געדענקט דעם ערשטן בית מקדש האבן פשוט געוויינט ווען זיי האבן עס געזעהן.
אזויווי די חכמים און נביאים האבן דעמאלטס געזעהן אז מ’האט זיך דא טיעף פארפאטשקעט מיט דעם הוי”ה און זיין חבריא און מ’קען זייער צארן נישט אפשטעלן, זיי וועלן ווארשיינדליך אונז קיינמאל נישט מוחל זיין אויף דעם וואס אונז האבן חרוב געמאכט זייערע טעמפלען און אויסגעראטן זייער דירה בתחתונים, זענען זיי געגאנגען זוכן א צווייטע רעליגיע וואו מ’קען אנפאנגען פון פריש א נייע קשר, און אזויווי זאראאסטריאוניזם איז דאן געווען פארשפרייט אין בבל וואו זיי זענען פארטריבן געווארן האבן זיי אנגעפאנגען דאס צו פראקטיצירן. ס’איז טאקע נישט געגאנגען פון איין טאג אויפ’ן צווייטן, מסורה קען מען נישט ארויסרייסן אזוי פלוצלונג, ס’איז געווען א צושטייטליכע דורכגאנג וואס האט געדויערט הונדערטער יארן ביז מ’האט גאנץ זאראאסטריאוניזם געקענט פארטייטשן אז ס’זאל שטימען מיט תורת הוי”ה, אבער היינטיגע צייטן איז אנגענומען ביי די היסטאריקער אז די אידישקייט פון גמרא, אדער “rabbinic Judaism” ווי זיי רופן עס איז מער ווייניגער זאראאסטריאוניזם. ביז היינט וואגן זיך נישט גאטספארכטיגע אידן ארויסצוזאגן הוי”ה’ס נאמען אז ער זאל חס ושלום נישט קענען האבן קיין שליטה אויף אונז, אויף אזוי ווייט אז היינטיגע צייטן ווייסט מען ניטאמאל וויאזוי עס ריכטיג ארויסצוזאגן, און איז דען נישט טאקע בעסער אזוי?
yesiknow האט געשריבן:In general I am reading your articles and I love it, in this case in my opinion you are entering a danger zone one should not use the GD of the universe for jokes or to for his agenda, for your own safety please take it of. Thank yoy
yesiknow האט געשריבן:one should not use the GD of the universe
הדסים האט געשריבן:און ווער זאגט אז די יוניווערס פון וואס רביה''ק רעדט האט א "דזי די"?
אמת וצדק האט געשריבן:איך בין באמת אפן צו הערן וואס יעדע האט צו זאגן דערוועגן, נאר פארשטייט זיך אז איך האב א נטיה צו לערנען ווי די ״פרומע וועג״ און איך וועל פרובירן וואס איך קען נאר דאס צו פארטיידיגען אויף א נארמאלע פארשטענדליכע אויפן, ווייל אזוי בין איך אויפגעוואקסען און דאס גלייב איך. און ווען איך ליין עפעס פון די מבקרי המקרא און איך האב נישט קיין נארמאלע תירוץ אויף א קשיא זייערע, טוט דאס מיר וויי.

הדסים האט געשריבן:yesiknow האט געשריבן:In general I am reading your articles and I love it, in this case in my opinion you are entering a danger zone one should not use the GD of the universe for jokes or to for his agenda, for your own safety please take it of. Thank yoy
דו קוואוטסט די גאנצע ארטיקל און דו ווילסט ער זאל עס אראפנעמען?yesiknow האט געשריבן:one should not use the GD of the universe
ביידעוועי, וואס מיינט "דזי די"? און ווער זאגט אז די יוניווערס פון וואס רביה''ק רעדט האט א "דזי די"?
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט