גרויס אויפברויז צווישן חסידי וויזניץ אויף ריבניצער קאץ

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

גרויס אויפברויז צווישן חסידי וויזניץ אויף ריבניצער קאץ

הודעהדורך אבשלום בן מעכה » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:39 am

א געפערליכער אויפברויז הערשט צווישן חסידי וויזניץ, נאך וואס עס איז נתפרסם געווארן די געשיכטע מיט די ריבניצער קאץ, בשעת דער קאץ האט זיך געדרייט ביי די קברים פונעם ריבניצער און דער סקוליענער, אהין און צוריק, אידן האבן דאס געזען און פארשטאנען אז מען רעדט פון עפעס העכערס, אלע האבן געזען אז דער קאץ זוכט א תיקון ביי די קברים פון די הייליגע צדיקים.

און וואס טוט זיך מיט דער וויזניצער ציון? - פארוואס איז דער קאץ נישט אהינגעגאנגען?

דער עולם אין וויזניץ איז שרעקליך צוטראגן, מאנכע זענען באליידיגט עד דכדוכה של נפש. געווען אפילו אזעלכע וואס האבן געוואלט שמועסן מיטן קאץ, אפשר קען מען זיך אוועקזעצן, אפשר פאר אפאר דאלער...? - דער עולם האט זיך נישט געקענט בארואיגן אויף דער שרעקליכער דורכפאל. פארהאן וואס קלערן פון אהינברענגען א נייעם קאץ, דאס מאל א ווייסער, וואס וועט זיצן בלויז ביים וויזניצער ציון, און אזוי וועט מען זען אז ס'זענען דא קעץ וואס זוכן אויך דא א תיקון.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן פון די גאנצע געשיכטע.
אבשלום בן מעכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך הרב שיף » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 4:26 am

דער קאץ האט מורא אז מען וועט אים צוטיילן אויף אכט.
הרב שיף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:30 am

די וויזשניצע טענות זענען טאקע היבש פארשטענדליך אבער דער קאץ שרייט חי וקיים אז ער איז פארבלאנזשעט געווארן פון זיין מאמע און די איינציגסטער פלאץ וואו מענטשן האבן אים נישט געקענט אנרירן איז געווען אין דעם קוויטל טייך ביים ריבניצער.

עס איז שטארק יתכן אז ער וועט מוזן חתמ׳ענען ברבים אז ער האט נישט געמיינט קיין שלעכטס און דאן וועט ער אריבערגיין מיט א מנין קעץ איבערצובעטן די וויזשניצע חסידים ביים ציון.
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 615 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 9:32 am

די וויזניצע ווערען מגולגל אין דאנקיס, נישט קעץ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2757
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1450 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:02 pm

דער קאץ איז ווארשיינליך אן אייניקל פון איינע פון די בארימטע קעץ פון רבי שלומקע זווילער זי''ע. ביזדערווייל איז נאך אומפארשטענליך ווי אזוי דער קאץ האט באוויזן דורכצושווימען דעם מיטטעללענדישען מעהר און דעם אטלאנטישער אקעאן. אזוי צו אזוי, מיר זענען אלע הייס מתפלל אז דער נשמה וואס איז באהאלטטן אין דעם קעצל און אין אלע קעצלך זאל האבן איר ענדגילטיגער תיקון, און געפונען איר ארט אונטער די פליגל פון די שכינה...

זי''ע ועל כל תרנגולים ונאמר אמן.
רבי מרדכי ניזשכיזער איז געווען א גוטער יוד.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2051
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 249 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2482 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:28 pm

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט דער וויזניצער ציון? - פארוואס איז דער קאץ נישט אהינגעגאנגען?


ווייל וויזניצע קבר איז אין א אוהל מיט טירן.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 248 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:48 pm

אן א סיריעס נאוט
מען הערט אייביג די מעשיות אויף קעץ און פייגלעך
פון די אויסוואל פון בעלי חיים וואס איז פארהאן אין די געגנט מאכט זיך קיינמאל נישט די מעשה נאר ביי קעץ אדער פייגלעך?!
וואס איז מיט הערשן, ראקונס, סקאנקס, מייז, סקווירלס, הינט, זיי געשעהט קיינמאל נישט די זאכן אז זיי סטיקן צו איין פלאץ? זיי זוכן נישט קיין תיקונים?
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 632
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 2:50 pm

איך קען גראדע עטליכע יומענס וואס קלעבן נישט אפ פון ערגעץ וויפיל מען האט נאר פרובירט איז עס נישט געגאנגן
איינער האט אויפגעברענגט אז זיי דארפן אפשר א תיקון אויף א פריערדיגע גולגל ענד איי פולי עגרי....
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 632
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך הרב שיף » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 6:15 pm

מנחם ציון האט געשריבן:אן א סיריעס נאוט
מען הערט אייביג די מעשיות אויף קעץ און פייגלעך
פון די אויסוואל פון בעלי חיים וואס איז פארהאן אין די געגנט מאכט זיך קיינמאל נישט די מעשה נאר ביי קעץ אדער פייגלעך?!
וואס איז מיט הערשן, ראקונס, סקאנקס, מייז, סקווירלס, הינט, זיי געשעהט קיינמאל נישט די זאכן אז זיי סטיקן צו איין פלאץ? זיי זוכן נישט קיין תיקונים?

די מייז האבען דאך א רבי.
הרב שיף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 217 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 96 מאל

Re: גרויס אויפברויז צווישן חסידי וויזניץ אויף ריבניצער קאץ

הודעהדורך פאליטיקאנט » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 8:42 pm

מאמענט די וואך.בילד
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 916
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 5:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 441 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 891 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 2:16 am

זייט די מעשה אין סקווירא מיט דעם פיש וואס האט גערעדט (משה יודא געשטעטנער המכונה ..."מישא"...) הערט מען נישט אז צדיקים זאללן מגולגל ווערן אין פיש...!

איין זאך האט עס זיכער געהאלפן. דער בלאט האט אויספארקויפט אלע צייטונגען אין בארא פארק. מ'האט געמוזט גיין אין די גוי'אישע געגנט כדי צו באקומען א בלאט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14086
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9186 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:56 pm

אן עצה טובה פאר וויזשניצער חסידים: ברענגטס מיט א ביסל גוטע פאטעיטא קוגל. שיריים פון רבינו שליט"א. וועט עטץ זעהן ווי דאס קעצל וועט לויפן קיין וויזשניץ. יא גילגול. נישט גילגול. א הונגעריגע קאץ איז געבוירן א קאץ און זי וועט בלייבן א קאץ. מעשה מר' יונתן אייבשיץ יוכיח...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14086
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9186 מאל

הודעהדורך שושן פורים » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:29 am

berlbalaguleh האט געשריבן:אן עצה טובה פאר וויזשניצער חסידים: ברענגטס מיט א ביסל גוטע פאטעיטא קוגל. שיריים פון רבינו שליט"א. וועט עטץ זעהן ווי דאס קעצל וועט לויפן קיין וויזשניץ. יא גילגול. נישט גילגול. א הונגעריגע קאץ איז געבוירן א קאץ און זי וועט בלייבן א קאץ. מעשה מר' יונתן אייבשיץ יוכיח...!

זאגסט גוט אבער פון וועלכע רבינו שליט"א?

די מאנסי קוגל איז א מצרי'שע קוגל (ע"ע נחום רז"ב) און איז נישט גענוג כשר פאר אונזער פארוואגלטן קאץ.

די קייאמישע קוגל איז איבערגעדעקט מיט זון ברילן און מען קען עס נישט זעהן.

די ירושלים'ע רבי פארמאגט נישט קיין אייגענע קוגל.

די בארא פארק'ע רבי שעירט זיין קוגל מיטן ירושלים'ער סאו עס בלייבט גארנישט איבער.

די מאנטריאל'ע קוגל איז פארפרוירן.

די לאנדאן'ע קוגל איז צו שטאט און ביז עס וועט אנקומען וועט די קאץ שוין טרעפן א תיקון.

די בית שמש'ע קוגל איז האבן די קדושי עליון פון גולובניץ פארכאפט.

און די וויליאמסבורג'ע קוגל ליגט פארכאפט אין ראדני קאווע שטיבל.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 705
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 525 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

הודעהדורך פליישיג » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:23 pm

דער עולם דא קומט אריין איינער פאני'ער פונעם צווייטן.
נישט קיין וואונדער אז די קאווע שטיבל ניווא וואקסט ווי אויף הייווען.
ווילט איר וואקסן אין תורה ויראת שמים?
האנדלט אייך שיעורים פון כבוד הגה''צ הרב מאיר צוויבעל שליט''א

כדאי הוא רבי מאיר לסמוך עליו
פליישיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:47 pm

עס לאנג אז ס'איז דא זענען זיי גערעכט
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 632
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 11, 2020 7:26 am

זייער פשוט די קאטץ איז געוועהן א נקיבה. און כיודע איז ר׳ מאטעלע געוועהן פרומער אין די פרט פון זיין טאטע און זיידעס און נישט אועפגענומען קיין פרויען נאר איינמאל אין לעבן. א כלה פאר די חתונה. די סקולענער רבי און ריבניצער האבן יא אויפגענומען פרויען פאר קוויטלעך.
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:

שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6320
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4923 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3732 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 13, 2020 11:50 pm

שבת אחים: איך האב א שיינע, ווייסע קאץ וואס איך קען. זי האט זייער שטארק ליעב, אויסער מייז און ראטן, פאטעיטא קוגל...

איך גיי איהר ארייננארן אין מיין קאר און אפפיהרן צום וויזשניצער בית החיים. גראד אין אוהל פונ'ם קדושת מרדכי, זי"ע. וועסטו זעהן ווי זי וועטציך דרייען ארום די מציבה. און אפילו שטיין אויף 2 פיס. אזוי ווי ס'איז באשריבן אין מאמענט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14086
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9186 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט