דאס גירסא דינקותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
ברויט מיט סמייטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 6:55 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל

דאס גירסא דינקותא

שליחה דורך ברויט מיט סמייטע »

אין כיתה ד'

"מוישלע ווי האלט מען!?"
זיך ערוועקט האב איך מיר...
די שטרענגע בליק פון מיין קנאבל בארד רעבי וואס האט פונקט היינט נישט געמאכט זיינע פאות....
אמממ....
מורשה...
עפעס פונקט געהאט מזל אז געקלאצט האב איך מיט אפענע אויערן געקענט אויפכאפן דאס לעצטע ווארט זיינע...
וואס טייטש מורשה פרעגט ער מיר מיט א שטימע וואס פאדערט...
אמממ...
קינדערלאך וואס טייטש מורשה?
אן ארבטייל האבן אלע אויסגעשריגן ווי אין א כאר...
איך ווערנדיג רויט איינזענדיג אז קלארע באוואזן אז איך האב נישט צו געהערט.....
געפילט ווייניגער ווי צוויי סענט....
דאס גאנצע קלאס קוקט מיר אן מיט רחמנותדיגע בליקן...
צייגט ער מיר מיט די פינגער צו די טיר......
אוי דאס גוטע צייטן מיינע געווען...
שטייענדיג ביים שוועל אינדרויסן ווי א קאזאק אויף א שאנדסלופ.....
ווען יעדע סקרוך ווען איינער האט געדרייט דאס קלאמקע האב איך געקענט מיינען אז דאס רבי אט אט קומט ארויס מרחם זיין אויף... מיר...
אייביג געווען עפעס א אנדערע יונגל וואס האט געדארפט נעמען א טיילענאל פון די סגן מנהל....
צולייגענדיג מיינע אויערן צו די שליסל לאך...
הערענדיג מיט דארשט....
נטה ידך= נייג דיין האנט....
יאוריהן= קוועלעדיגע וואסער
אגמיהן= שטייענדיגע וואסערן
מקוה מימיהן= איינגעזאלמטע וואסערן....
אביסל שפעטער
ובמשארותיך= אין דיין זויער טייג...


דאס איז געווען די מער יונגער ערפארונג אנצינד וועל איך גיין צו די מער שפעטערע יארן פון חדר. באלד וועט מען צוריק קומען צו דעם.

כיתה ח'

מארגן גיי איך נישט דא זיין פאר טעכנישע סיבות וועט זיין א שטעלפארטרעטער...
די גאנצע קלאס שטייט געשפאנט ווער וועט זיין אונזער קרבן ציבור...
די זון שיינט אויף פינעף מינוט צו ניין די קינדער שטייען מיט נייגער שווערע דיסקוסיעס ווערן דורך געפירט ווער וועט זיין אונזערע סובסיטוט...
אפאר מינוט שפעטער ווען האלב קינדער זיצן אויף די פלעצער און האב לויפן נאך ארום.... היינט דארף דאך הערשן אן אנארכיע
אבער שנעל האבן זיי זיך אוועק געזעצט ווען דאס טיר עפענט זיך צוביסלעך און א דיקליכע האנט האט געליגן אויף די קלאמקע. וואס מ'האט געקענט זען מיט נייגער זענען די קינדער געזיצן מיט אויסגעשפיצטע אויגן... רירט זיך נישט פאר אפאר מינוט..
א געוואגטע יונגל וואס איז געזיצן נאנט צו די טיהר האט שטאטליך צוגעגאנגען צו די טיר ווען איין האנט האלט ער אן די עק פון זיין פלאץ. כדי ער זאל האבן באוואפנט א תירוץ אז ער איז נישט אראפ פון פלאץ...
כמעט אנרוענדיג ווען דאס הענט איז שוין כמעט ביים שוועל זיכער מאכענדיג אז דאס שפיץ פון זיין פיס טוט נישט אפ פון די עק פון די טיש וואס איז אנגעבליך זיין מקום.
פלוצלינג עפענט זיך די טיר ברייט אפען די מנהל באווייזט זיך מיט די פולע שטעלע מיט א ערענסטע מינע אויף זיין געזיכט ווען הינטער איהם באווייזט זיך א געשטאלט פון א אדמונו א היט א פלאטשיקע א אראנדזשע בארד צושטויבלט, פאות וואס מ'טראגט פארשלאפן פארן גיין אין מקוה איז אויסגעצירט אויף זיין פרצף...
די מנהל לאזט איהם אליינס...
זעצט זיך אראפ און מאכט זיך באקוועם אויפן רעדער בענקל הויבט אן מיט פארמאכטע אויגן.. "איך בין נישט א סובסיטוט" סובסיטוט איז א גוישע זאך וואס עס איז דא אין די פובליק שולעס.. איך בין א רבי איך לערן תורה מיט ענק...
א אויבער חכם גערופן משה האט מען איהם, ווי א אויבער חכם האט ער צוגעשאקלט זיין קאפ מיט א ערנסטע מינע מיט פארמאכטע אויגן אויף די תנועות זיינע....
גיי ארויס זאגט ער איהם... משה אונזערע ווערט אינגאנצען פארלוירן און איז זיך מסרב פון זיך זעהן אינדרויסן...
פלוצלינג מיט זיין פויסט גיבט ער א האסטיגע קנאק אויפן טישל אזאש דאס פעדער וואס איז צופליג דארטן געליגן איז געפלויגן ביז די דאך..
און די פערטל קאפ וואסער וואס ליגט געווענטליך אהין האט זיך אויסגעגאסן...
*מחוצף מחוצף* האט ער געשריגן מיט אזא דינערדיגע שטימע...
אויפגעשטעלט דערלאנגט אזאנס פון די מערדעצין וואס מ'פלעגט טיילן מיט די תירוץ חושך שבטו שונא בנו...
מיין נישט אז אונזערע משה האט זיך געלאזט...
אז ער וויל געבן אויף די פנים לייגט מען די הענט פאר א באשיצונג...
זעהנדיג אז עס גייט נישט די מהלך אז דו נעמסט נישט אראפ כאפסטו דאפלט, פרובירט ער מיט כוח מיט זיין יד ככה צו אראפ שלעפן מיינע ארימע ארעמעס ווען מיט זיין רעכטע האנט הענגט אזוי אין די לופט גייט פאר דאס געלעגנהייט.
ולא יכול משה להתאפק.. זעענדיג אז די רויטע צופלויגענע חינאק איז אביסעלע שטערקער פון איהם. און דאס קיינע ארעם זיינע ווערט לויז און ווערט אט מגלה פנים בדין..
עס ערווארטעט א כפל ד וה' תחת אשר לא עבדת תחת הסובסיטוט שלך.....
שנעל זיך אנידער געלייגט אויף די פאלדגע מיט א פראבע צו זיך ראטעווען פון די מכות מרדות די שטעלפארטרעטער זעענדיג אז ער האט איהם איבער געקליגט און עס איז נישט לפי כבודו צו זיך אראפ לייגן אויף די ערד צו ראנגלען מיט א קינד האט ער זיך גענומען שטויסן מיט זיינע פערטל שיך ( פארגעסן צו באדייטען די נקודה אז עס איז געווען א הויזן זאקן יוד) מוישלע לאזט זיך נישט נעמט זיך צוריק שטויסן למעלה לאזנדיג די ברוינע פלעקן אויף זיין שוין אזוי שמוציגע ריפסענע בעקיטשע... און אזוי האט ער איהם ארויס געשטויסן ביז די טיר פון די קלאס......

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר