תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7044 מאל

תהא שנת פיינע פריקן אויסדרוקן

שליחה דורך כוכב »

ווי מער די יארן מערן זיך און די ווייסע האר זאמלען זיך פארברייטערט זיך אויך מיין לעקסיקאן. מיט יעדן פארבייגייענדן יאר קומען צו ווערטער און שפריך ווערטער וועלכע קווארטירן זיך באקוועם אין דער אידישער שפראך ווי זיי וואלטן ווען געווען אלט געזעסענע תושבים אז מיט דער צייט פארגעסט מען אמאל אז די וועלט האט עקזיסטירט אן זיי און מ'ווייסט ניטאמאל וויאזוי מ'האט זיך געקענט ספראווען אן זיי צו דער האנט.
איך וויל ווידמען דעם ווינקל פאר נייע ווערטער וואס כ'האב מיך אויסגעלערנט דעם יאר אדער אלטע ווערטער וואס האבן היי יאר באקומען א פרישן באדייט.

נעקסט לעוועל
וויי פאר מיר פאר'ן פארטאכלעווען מיינע יוגנט יארן אן קיין נעקסט לעוועל. ערגעץ לעצטנס האב איך מיך אויסגעלערנט דעם ווארט און מיין לעבן איז צעטיילט, פאר דעם איז אלעס געווען אין א פריערדיגן לעוועל און יעצט איז דא א נעקסט לעוועל. די קוגל איז נעקסט לעוועל, די קומזיץ איז נעקסט לעוועל, האלא נעקסט לעוועל, אויב גייט דורך א טאג וואס עפעס איז נישט געווען נעקסט לעוועל דארף מען זיך גיין אונטערזוכן. אפילו נעקסט לעוועל איז שוין נעקסט לעוול. אמאל קען מען עס נוצן סתם אלס א פיל אין, וואס איז נייעס? נעקסט לעוועל? הע?

כן!
יא דער באנעבעכצטער עבריתישער כן האט באקומען א נייעם באדייט היי יאר. בעסער איז ווען ס'קומט אין פארעם פון א טעקסט מעסעדזש אין ענגליש אזוי: ken. געווענליך קומט עס אן פון א ריפערישע נעפיו וואס האט נאר א פליפ פאן און ענטפערט אלעס מיט אזא קאצקישע ס'ע נייעס שפראך. ס'איז מער נישטא קיין יא, אלעס איז כן, אדער "קען" פאר ווער ס'כאפט נישט. האסט געפיילט פאר אנעפלוימענט? ken! האסט אויסגעהערט די חיים הערש מייזליש בני ברקער דרשה? ken! פארסט קיין פלארידא היי יאר פסח? כען! למעשה האסטו נישט קיין דזשאב... [זויערע פנים] כן.
אין א שמועס קומט עס מיט ספעציעלע טראפ, כן בנוסח האלא ביזט פארנארט, אדער כן א ברירה האב איך, אדער כן שוין ווייטער נישטא קיין רויטע מילך פאר די קאפי, אדער כן כאדיר נישט וואס צו ענטפערן, אדער ken האסט געמיינט איך בין אזא לוזער ווי דיר.

אורח
אורח, יא, נישט מער נישט ווייניגער, אורח איז מיר געווארן א האט אייטעם ווי האט פעינקעיקס אויף א האט פינק נעפקין.
ליגנוויסטן זאגן אז אורח קומט אריגינעל פון מאנסי און פון דארט אריבערגעשווימען די האדסאן טייך און זיך דערקייקלט ביז ברוקלין.
ס'איז דא אורח און דערנאך איז דא "סתם אן אורח", סתם אן אורח זאגט מען פאר דעם נוירדי יונגערמאן וועמען דו האסט נישט קיין געדולד צו שמועסן מיט אבער קיינער ווייסט נישט אז ביזט אים שולדיג געלט און ער האט דיך אמאל געלאזט ארויפלייגן א פריקן צענערל און אויסמעקסן זיין עימעקס ווייל האסט אים געזאגט דיין שלום בית הענגט אויף א האר.
אורח איז עמיצן וואס דו ווייסט פשוט נישט וואס זיין נאמען איז. אורח איז ווער עס האט אביסל אן אנדערע הברה ווי דיר. אורח איז דער אנדערער יונגערמאן וואס דרייווט אויך א שווארצע נעוויגעיטאר אויף דיין בלאק און ביזט שוין נישט דער איינציגער.
"סתם אן אורח" איז דיין שוואגער וואס זאגט נאך תורות ביים סדר פאר'ן שווער, סתם אן אורח איז דיין ברודער וואס איז אין כולל אבער האט אן אייגענע הויז אויף זיין נאמען און קויפט קאטעדזש טשיז אין בינגא אין דער צייט וואס דו שאפסט אין ברעדבערי אבער האסט א חלק ח' דירה אין טענערסוויל און דו ווארטסט די יאר זאל זיך ענדיגן.

וכו'
עס האט געמאכט זיין וועג פון שטיסל אבער האט זיך אנגעקליידט א נייעם מאנטל. ס'איז געווארן ווי דער חסידישער עף יו וואס מ'נוצט פאר א פיל אין זעקס זיבן מאל אין יעדע זאץ. גאר נוצבאר איז עס ווען מ'האט נישט וואס צו זאגן. מיין טאטע האט מיך גערופן צי איך קום אויף יו"ט וכו' כ'האב אבער געזאגט כ'האב נישט יעצט מיין שעווי אימפאלא ווייל כ'האב עס געבארגט פאר מיין חבר וכו' למעשה איז געבליבן אז סך הכל וויל ער כ'זאל ברענגען פון קעי ער עם די קוממיות מצה וואס איז אויף סעיל וכו'וכו' וכו' וכו' און היי יאר האט ער מיך ניטאמאל אוועקלייגט ערב פסי מצה וכו' אלעס ווייל יאסי איז שנה ראשונה וכו' וכו' וכו'.


בלא בלא בלא

מיכאל שניצלער זינגט שוין בלא בלא בלא אויף ווער וויל קויפן בייגעלעך, היי יאר האט זיך עס פארלענגערט, גאנצעטע שמועסן ווערן געפירט בלא בלא בלא, מיין ווייב האט מיך געקאלט בלא בלא בלא לאנג סטארי שארט בלא בלא בלא זי וויל נישט גיין צו מיין מאמע בלא בלא בלא בלא בלא א ברירה האב איך געהאט בלא בלא בלא אונטער'ן טיש בין איך בעל בית בלא בלא ווייסטעך וויאזוי ס'גייט בלא בלא בלא יא כ'ווייס דו געדענקסט איר אלס מיידל און זי איז שוין דעמאלט געווען א ב...

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר