מיר פארעכטן היינט וואס דיין מאן האט נעכטן פראבירט צו פארעכטן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זיו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 31, 2020 3:06 am
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

מיר פארעכטן היינט וואס דיין מאן האט נעכטן פראבירט צו פארעכטן

שליחה דורך זיו »

"מיר פאררעכטן היינט וואס אייער מאן האט נעכטן פראבירט צו פאררעכטן", דאס האב איך געזען אויפגעשריבן אויף א ווען פון א הענדי מאן.

אוי איז דאס א גוטע שפריך ווארט אפצוטיישען די חילוק צווישן א מאן און א פרוי.

האט איר אמאל געהאט צו טון מיט אייער צוויי יעריג קינד, וואס וויל זיך נאר אליין אנטון, אבער ער הייבט נישט אן צו קענען. יא, יא טאטעס, גאר אסאך פון ענק האבן דעם זעלבן פראבלעם. עפעס איז צובראכן אינדערהיים, לאמיר זאגען דער דישוואשער, און די ווייב ווייסט אז זי קען עס נישט פאררעכטן, וויל זי גלייך רופן א בעל מלאכה. דער מאן אבער, ער איז ווייט פון הייבן הענט, ער וויל עס אליין פאררעכטן, א שאד די געלט פאר א בעל מלאכה, ער קען עס טון אליינס. נא נא! אונזער בעל מלאכה וועט קומען מארגן, ווען עס וועט ווערן קליפ און קלאר אז איר הייבט נישט אן צו קענען.

איך בין איינער פון די מענטשן מיט די משוגעת פון קענען טון אלעס אליין. אין איך ווייל דא באדאנקען מיין ווייב ברבים פארן אויסהאלטן 3 חדשים אן קיין דישוואשער ביז איך האב געקענט אויספיגערען וואס איז צובראכען און עס פארעכטן. פארראכטן איין שטיקל, און נאך אפאר טעג איז א צוויטע שטיקל געגאנגען פייפן. אזא קאץ און מויז שפיל. נאכאמאל פארראכטן, און ביזדערווייל געלויבט דער פון אויבן, ארבעט עס.

למעשה, וועל איך נישט לייקענען, אז עס פילט זיך גאר געשמאק אויסצופיגערען און פאררעכטן א פראבלעם אליין. איי געסס פאר דעם האב איך דעם משוגעת.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר