גוי'שע תאוות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

גוי'שע תאוות

הודעהדורך דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:12 pm

לאור די ניגון פון ''אידישע תאוות'' פון מאטי אילאוויטש'ס לעצטע סידי, דארף מען אויך קלאר מאכן אויך די פארקערטע, דהיינו תאוות וואס א איד וועט קיינמאל נישט טון אדער פארשטיין, פארשטייט זיך נאר פאר קולטור'ישע סיבות. (דהיינו נישט סתם עבירות.)
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 482 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:15 pm

1) אויפשטיין אינדערפרי צו כאפן א גוטן זשאג, נאכפאלגענדיג מיט א שעי''וו און א שויער.

2) טרעוולען אויף א פליגער מיט א האלב ליידיגע קע''רי אןן, א רענצל מאן דכר שמי'.

3) גיין מיט א שירעם זיך צו באשיצן פונם זון.
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 482 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:19 pm

גיין צו א מאַגאַ ראלי.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2634
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 2090 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1737 מאל

הודעהדורך סעגאל » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:42 pm

איך ווייס נישט די ניו יארקע מאגא ראליס זענען געווען פיל מיט אידן.

אדער אפשר האבן זיי גוישע תאוות.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:57 pm

גיין מיט א מאסקע און א ליידיגע פלאץ
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:58 pm

זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך פאלאצ'ינטא » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 6:35 pm

בן נון האט געשריבן:זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

דאס איז ליידער ליידער געווארען אידישע תעווה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 7:30 pm

ריפן יעדע צווייטע מענטש ביים טיטל Boss.

איך געדעינק גלייך נאך איך בין ארויס פון כולל, בין איך געגאנגען ארבייטען אין א גוי'אישע געיגענט, ווען די ערשטע מענטש האט מיך געריפען מיטן טיטל החשוב הלא הוא Boss, האב איך געמיינט אז ער מיינט אז ער ארבעט פאר מיך...איך האב עים געטרייעט צי מסביר זיין אז ער מאכט א טעות.......ביז אונז זענען ביידע געוועין צימישט ווי א חרוסה ביים סדר :lol:
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך בן נון » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:08 pm

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:זאגן די פ*** ווארט אפי’ ווען עס קומט נישט אריין

דאס איז ליידער ליידער געווארען אידישע תעווה



אזוי עס גויאישט זיך אזוי אידישט זיך
אזוי פלעגן מיינע מלמדים זאגן
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך צקון לחש » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:12 pm

האבן מנוחה אום שבת
צקון לחש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:20 pm

מאכן א water fast פאר א חודש אין א ציה.

זיך באטייליגן אין א silent meditation retreat (א שטייגער ווי Vipassana).

זיך פארלאזן אז גוגל מעפס וועט פירן אויפ׳ן ריכטיגן וועג.

גיין מיט מינימאלע קליידונג ווען ס׳איז הייס.

ליינען היימישע נייעס אין די אלגעמיינע נייעס קוועלער מכלי שישי און זיך פילן כאילו מ׳ליינט דא ערשהאנטיגע אינפארמאציע פון עפעס א מיסטעריעזן קולט.

טראגן בלויז פריש געוואשענע קליידער וואס דארפן נישט קיין דריי קליענינג.

האבן א הינטל.

אנטוהן וועלכע הוט ס׳שמעקט אנדעם וואס איינער זאל זיך וואונדערן צו מ׳שעמט זיך מיט׳ן הוט מיט וואס מ׳איז געגאנגען ביז היינט.

גיין מיט א הוילן קאפ אין די פרעסטן.

קענען פארן וואו אימער ס׳שמעקט אן זיך דארפן זארגן איבער עסן.

(פאר מוסולמענער) עסן א באנאנע (א רייפע באנאנע קען האבן ביז א האלבע פראצענט אלקאהאל, זאג נישט אויס פאר׳ן אימאם ווייל ער קען עס נאך אסר׳ן!)
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4850
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4720 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4673 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:59 pm

רביה"ק זי"ע: א העלפט פון די גוי'אישע תאוות וואס דו האסט דא אויסגערעכנט פארגין איך זיי...! איך זאג נישט. אנטון א בעיסבאל קעפ ווען מ'גייט אין ביהמ"ד צו מנחה מעריב אן זיין סעלף קאנשיעס איז א גוטע זאך...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך דערהויבענע איד » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:35 am

וואקן אויפן גאס אידערויסן פון א היימישע געגנט און נישט פילן אז איינער קוקט דיך אן. ( און איב ס'שמעקט מיך אן קען מען זיך צוזינגען א ניגון הויעך..)

הייקן מיט א טענט אן זיך זארגן פאר עסן, אדער קליידונג און ווי צו איינשטיין.

ארומפארן אין ארבישע מדינות.
דערהויבענע איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
האט שוין געלייקט: 482 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:50 am

דער עולם פארקריכט דא. מ'רעדט פון תאוות וואס א גוי האט און נישט א איד. סתם גוטע זאכן וואס די גוי האט, געהערט נישט דא נאר טאמער איז עס עפעס וואס א איד גליסט נישט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2863
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3008 מאל

הודעהדורך נחמד » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:32 am

עסן מאנישעוויץ מצה
נחמד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 84 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:42 am

האסט אויסגעלאזט גיין קאטענע ציצית און פיר סלייסד קאפל.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4850
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4720 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4673 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 5:14 am

נישט דארפן ארומזוכן א טעפל ווען מ'וואשט זיך פון טוילעט ווען מ'קומט אין א נישט היימישע פלאץ נאר קענען פלעין אריינטריפן אביסל זייף אין די כפיים, זיך משפשף זיין און אפשווענקען.

נישט דארפן זיך מאכן און דרייען די פאות יעדן צופרי

נישט ברויכן זיך זארגן יעדעס מאל מ'זעט זיך הכנות אויב די טלית קטן'ס שטרענגלעך האבן זיך נישט איינגעטונקען אין די צואה

נישט האבן דעם טלית קטן ארויפקומען פון פארנט און דיך דערשטיקן אין א הייסע זומער טאג. לא זו אף זו אפילו אן אונטערהעמד ברויך מען נישט טראגן.

קענען צומאכן עני ביכל פון וועלכע זייט מ'וויל, רעכטס אדער לינקס און אויך קענען עס אראפלייגן אויף וועלכען זייט דעקל מען וויל.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3526
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3014 מאל

הודעהדורך קלונימוס » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 5:40 am

טאמבל סאס האט געשריבן:נישט דארפן זיך מאכן און דרייען די פאות יעדן צופרי

IMG_20211015_053646_424.jpg
קלונימוס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

הודעהדורך נאך א מיינונג » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:38 am

גוים האבן תאוות צו גשמיות, געלט און נאך געלט. א איד פארשטייט ניטאמאל די גאנצע ענין, ווער דארף מער ווי אויף צו לעבן און קויפן ד' מינים מיט מצות?

א גוי האט א תאווה צו בארעדן אנדערע מענטשן, רעדן לשוה"ר אויף זיי און זיך נישטערן אין זיין ביזנעס. א איד ווייסט אז לשוה"ר איז אזוי הארב, אז ער קוקט ניטאמאל אין יענעמס טאפ.

א גוי האט א תאווה צו עסן אסאך. יעדן טאג מאכן זיי ריזיגע סעודות, פאר די סבה אדער אן אנדערע. ווידער א איד מאכט נאר איין מאל א וואך, און דעמאלס אויך במדה ובמשורה.
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 105 מאל

הודעהדורך צקון לחש » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 8:40 am

טאמבל סאס האט געשריבן:.

א היימישע גאר פרומע מו"ץ האט מיר אמאל געזאגט אז מ'דארף נישט קיין טעפל נאך בית הכסא!...

וכך אני נוהג במקום עבודתי, פארשטייט זיך אבער אז נישט אינדערהיים אין פארנט פון די קינדער (= כולל האשה שנשאתי לשם שמים :) )...
ביטע אנטשולדיגט מיין ארימע שפראך :)
צקון לחש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:25 pm

צקון לחש: זאג פאר דעם מו"ץ אז איך וואלט נישט געוואלט עסן פון זיין שיריים. איינס ווייל ס'רוהט א טומאה דערויף. צווייטנס. ס'איז פול מיט דזשערמס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15854
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18491 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10554 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:06 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:צקון לחש: זאג פאר דעם מו"ץ אז איך וואלט נישט געוואלט עסן פון זיין שיריים. איינס ווייל ס'רוהט א טומאה דערויף. צווייטנס. ס'איז פול מיט דזשערמס...!

ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.


וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך בן נון » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:09 pm

די תאווה פון זיך רעקארדירן בשעתן כאפן א שויער איז עפעס וואס מען דארף א גוישע קאפ צו פארשטיין
ונער לא ימוש מתוך הקאווע שטיבל
בן נון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:38 pm

אנהאלטן א טיר פאר א צווייטן
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3021
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4469 מאל

Re: גוי'שע תאוות

הודעהדורך תוהו ובוהו » פרייטאג אקטאבער 15, 2021 4:58 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:ער האט לכאורה געמיינט צי זאגן אז מען דארף נישט קיין טעפל אבער אפגיסן דארף מען זיך יא.


דאכצעך ביי קטנים אם לא שיפשף, דארף מען זיך בכלל נישט וואשן.
תוהו ובוהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 9:08 pm
האט שוין געלייקט: 222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 520 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט