אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

אגד באס 451 פון ירושלים קיין אשדוד

שליחה דורך ברוינשטיין »

מיינע מידע אויגן האבן זיך אויפגעקלעבט, די שארפע מיטל מזרח זון האט אנגעהויבן אדורך שיינען מיין אלט שטויביגע פענסטער, די פעשליך הינקעדיגע טויבן מיט אירע שפּאגעלדיג טונקל גרינע העלדזער וואס שאקלען זיך ביינעזאם מיט אירע טריט ווי  היפּיס,  הויבן אן קרעכצן און זיפצן ווי אלטע לייט.

מיין 1.5 ליטער עין גדי וואסער פלאַש זיצט סטאנציאנירט נעבן מיין בעט ווי אן אייראן דאום בעטערי גרייט נאס צי מאכן מיין אויסגעטריקענטע גארגל ווי נאר איך וועק מיר אויף פון מיין זיסער שלאף.

דער גערויש פון קאנסטראקציע דרילערייען איז מיר גאנץ קנאפ אנגעגאנגען, וויסענדיג אז די טאג איז א פאזיטיווער.

היינט איז פרייטאג, די ים און אשדוד איז היינט אויסשליסליך פאר דאס מענער פאלק.

מיינע פיס זענען אראפגענידערט געווארן פון דער איינציגע שטיקל שטח אין מיין באזיץ, ארויף אויף קאלטע שטיין כמנהוג מיטל מזרח, איך האב מיר צוזאמען געקליבן מיינע עטליכע חפצים פון מיין קארגע "אינווענטארי" איבער וואס איך הערש, ארויף געווארפן דעם ריקן-זאַק אויף מיין אויסגעריהטע אקסל, און געשטעלט טריט אינעם ריכטונג פינעם אייזערנעם בונקער טיר.

דער גאס האט געווירבעלט מיט טשאלמע'ס און אראבישע ארבייט'ס לייט, זיי שעלטן דעם טאג וואס האלט אינמיטן אפשטארבן.

אדורך קרייזנדיג די פילע ניסלעך געשעפטן אויפן ברעג פונעם שאסיי וועלכע ווערן אפערירט דורך די פארזויערטסטע פינעם מענטשהייט, זיי זענען מיך גרייט צו ארעסטירן פארן נישט קויפן זייער פייגל דרעק-באדעקטע ניסלעך וואס זענען אויסגעלייגט אינטערן פרייע הימל פולקאם גרייט איינצוזאפן טויבן אָפּפאַל. האב איך מיינע טריט מיט רעכט פארשנעלערט אין ריכטונג פונעם באס סטאנציע.

דער באס דרייווער איז געווען א מיטל יעריגער אשכנזי, א הוילן קאפ, וואס דערויף איז געווען פארקירט שווארצע זון ברילן, די עקן פון זיינע ברילן הענטלעך זענען געווען ווי אויף אייביג אריינגעדרוקט אין זיינע איבריג פלייש פון  קאפ, ער איז פון די סארטן וועלכע גיבן נישט קיין "הוד" פאר קיינעם, קורצע ארבל, הערט זיך זיינע אלטע ישראלישע פאלקס לידער און האלט זיינע אויגן אויפן שאסיי,

באצאלט.

מיינע אויגן זענען געוואנדן אויף די ארויפקומענדיגע קינדער געבענשטע פאמיליעס וועלכע פלאנירן צו וואוינען אויף דעם באס פאר די קומענדיגע וויילע.

ווי שוין דערמאנט פריער איז היינט ערב שבת, ס'האט אנגעהויבן אדורך לויפן מיין פנים א ווינט וואס שמעקט פון די היימישע לעידי פּערפיום,
ווען מיטאמאל זענען מיינע אויגן געפאלן אויף א גור'ע פּארפאלק. די מאמע האט געהאלטן איר פיצל באשעפעניש אין א משה רבינו קאסטן.  דער פאָטער א גרויסער מיט א גור'ער געשטאלט און טיף פאנאטישע אויגן, פול פרעים זילבערנע גלעזער וועלכע דערציילן אז ער איז א שיעור א' מגיד שיעור, מיט וועלכע די ראש הישיבה וועט זיך אלץ אדורך רעדן, די אומזיכערע כאלעט'ל פארבלאנדשעטע זענען איבערצייגט אז ער האט דאס לעצטע ווארט ביים אנעמען, און דאס טוט זיי פארכטן, ווי אויך האט די ישיבה א גוטע נאמען בלויז צוליב זיין אנוועזנהייט.

ער לאזט בליען לאנגע וואנצעס וועלכע דריזלען א יעדעס מאל ער הייבט נאר אויף זיין וואנזיניגע קול, זיין מויל גערוך טוט באשטעטיגן אז ער פאַסט נאך היינט. א ראבערנע האנט זייגער טיט טיילווייז אפשטעלן דאס בלוט געלויף ווען שווארצע הארעלעך שטאַרצן ארויס פון צווישן זיין ארבל און האנט זייגער באדעקענדיג זיין בלאסע לאַב, אלץ כדי "ווייטאמין די" זאל חלילה נישט אריינדרינגען,

די זאקן זיינע זענען פון די אויסגעטריקענטע סארטן, אבער גענוג אויף אנצוהאלטן די גור'ע הויזן וואס זעהן ליבערשט אויס ווי קאזאקן מונדירן, אדער אין בעסטן פאל ווי  טראדיציאנאלע אייראפעישע טאנצער הויזן, ווער האט די גרעסטע שיך? דער וואס האט די גרעסטע פיס...
   
זיי קוועטשן זיך אדורך דעם באס. און יא, מיר זעהט אויס האט מען נישט געפרעגט, די פאטער ווייזט פארן רביצין מיט באפעל אויף די זיץ און פארנט פון מיר, איבריג צו זאגן אז זי האט געשיקטערהייט געטון דאס רצון פון איר געשעצטע בן תורה.

צו מיין וואונדער האט זיך דער ראש המשפחה געזעצט אויפ'ן זיץ שיף אנטקעגן איבער מיך, פּאַראַלעל מיט זיין שטוב.
אקעי! איך האב שוין מיטגעהאלטן ערגערס, כ'האב שוין אפילו אמאל געזען ווי א קאפל צעקריגט זיך, ס'מאכט זיך, אקעי, פיין.
דא איז אבער אנדערש- (איז גוט...! כאַכאַכאַאַאַ...), זײ שמועסן ווי צוויי בינען וואס האבן זיך נארוואס אריין געגנב'עט אינעם האניג האלטער,  מיט א שוואכע מוט און מיט אויסגעזויגענע כוח האט דער פאטער פראבירט ארונטער צו זעצן זיין פיצל קנעכטעלע אויפן שויס, אבער אן ערפאלג. דאס קינד יאמערט און וויינט מיט לאגישע אויגן וואס דערציילן אז מענטשן רעכט פארלעצונגען קומען פאר כסדר, זיינע פיצי ענערגישע פיסעלעך מאכן א ויתרוצצו הבנים, ווי אויך זיין קליין טשאבי האנט  גראדשעט און פאַטשט זיין אבא'ס געזיכט, אויגן, בארד, און וואס נישט, אלץ וואס איז נאר פארהאן אויף דעם גורע'ס ביין טאבע, די ברילן זיינע זענען שוין טיילווייז קווארטירט אין דעם שוויציגן כף פינעם יונגער מייזל זיינע. אבער אונזער ראש המשפחה פירט ווייטער זיין קריג ווי א רוימישע גענעראל וואס קעמפט צו אינוואדירן א בוים, מיט ווייניג סימפאטיע כאפן זיינע גרויסע טאטע הענט אָן די הייקעלע קניען, און מיט קראפט טוט ער איר איינקנייטשן.

אבער קנעכטעלע קוויטשעט און קאַכט מיט אויפברויז און מיט א טאון וואס פראטעסטירט פאר יוסטיץ..

די אשת חיל מיט איר מוטערליכער הארץ וואס לאזט נישט צוזעהן דאס קינד אומבאקוועם, ווייזט מיט איר האנט פלאך אויף אהער, א פארזארגטער געזיכט מיט אויגן וואס קוקן ווילדערהייט ארום אויס מורא פאר בושה.

די פאָטער קוקט רעכטס קוקט לינקס און גרייט זיך אויף עפּעס אן אקט, די מאמע אויף די אנדערע זייט שליידערט אראפ די קריספי שאפינג בעגס פון איר שויס, דרייט אויס אביסל אירע קניען און ריכטונג פון איר מאן, גראָדעט אויס איר שעסל און שטרעקט מיט א דערשראקענקייט אויס אירע אומזיכערע הענט.

ניין, ווייזט די טאטע מיטן קאפ און ציהט צוריק דאס קינד, איידער דאס הענט פונעם נדה גרייכן אין ציל. וויאזוי ווילסטו אז דאס שעפעלע זאל אנקומען צו מיר, האב איך געקענט ליינען די מוטער'ס פנים.

די ראש המשפחה הייבט אביסל הינטער דעם קנעכטעלע, ווי צו ווייזן אז איך וועל איהם וואוילטעטיג אריבערווארפן אויף דיינע הענט.
די מוטער האט זיך טיף אריינגעצויגן אין איר זיץ כדי צו קענען ווייזן דעם באהאלטענע ניין מיט איר פינגער.    
מיט א ערנסטע פנים ווייזט דער פּאַפּאַ אז ס'איז נישטא קיין אנדערע אויסוואל, מ'מוז, ווייזט ער מיט זיין אפענער האנט פלאך וואס קלאפט אריין אין קנעכטעלע'ס אקסל, און קוקט נאכאמאל ארום א אנגעצויגענער וואס וויל שוין ענדיגען די סומאטאכע, בעפאר א יעדער וועט קלארשטעלן אז הרחקה איז אין קראפט....

איינס-צוויי-דריי-און....
כל מי שלא ראה זאת! לא ראה כלום מימיו...

א בילד איז אין מיינע אויגן פאראייביגט געווארן, ווי קנעכטעלע טוט פליען הילפסלאז און א צעקלאפטער פאלט צו די ערד!       

וויי איז פאר קנעכטעלע....

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר