שרייב איבער דיין טאג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

שרייב איבער דיין טאג

שליחה דורך ברוינשטיין »

דער אשכול איז געווידמעט מען זאל אביסל דערציילן און זיך אויסשמועסן דער טאג טעגליכער מיטלעבענישן, יאַלאַ איך הייב אן.

----

גריזשיגע מוזיק פון א ניי אויפגייענדער שטערן בעולם המהומה האט צעשאקלט יעדעס הארעלע אין מיין אויער ביז די וואנזוניגע גערוישן האבן געגרייכט מיין מח וועלכע גלייכט דאס נישט, דער שפילער אן אום-ערפארענע און אַן אום-רייפער לאזט אין גאנג דער שוואכסטע קוואליטעט פון מאזיק און רייסט פאר דעם די מחותנים'ס טאשן, א קפרה אויפן מחותן'ס טייסטער אבער וואס זענען נעבעך שולדיג די הונדערטע ציווילע געסט טויב צו ווערן פון זיינע געפילדערייען? אן עלטערע איד שרייט מיט כח אריין אין די אויער פון א אינגערמאן, דער אינגערמאן קען נישט הערן קיין מילא אחת ווייל דער צעיאָשטע שפילער ווארפט כוואליעס פון גערוישן אין ריכטונג פון זיין אויער, אבער דער זיידע (נישט ברוינשטיין) שרייט הייזעריגע קולות אזש די אדערן אויפ'ן האלז האבן זיך באוויזן (כ'בין נאך אלץ נייגעריגע וואס ער האט געהאט צו זאגן)

נאכן טאנצן\וואקן פאר עטליכע און צוואנציג מינוט האט א דורשט איבערגענומען מיין קאנצענטרירונג, כ'האב געלאזט אין גאנג א זיך אפעראציע פאר פליסיגקייט אבער אן ערפאלג, ענדליך קום איך אן צו א ווייסע טישל באדעקט אָן קיין גיזמא מיט קרוב צו הונדערט פלעשער קאולע סאודע אויסגעלייגט ווי א גרייטע מיליטער, אלע זענען פיל אבער נישט פארמאכט, זאל זיין קלער איך צו מיך, אבי עפעס נאסקייט אויפן ליפן, קיינע גלעזלעך האב איך נישט געקענט מערקן, כ'קוק דא דארט, כלום, בומבס! איין פארקנייטשטע גלעזל בליקט מיר אן, מיינע הענט לויפן געיאגט צום קאפ, איידער די שפיצן פון מיינע פינגער האבן געכאפט קאנטאקט מיטן גלעזל איז פון היטער מיר ארויפגעשווימען א קליין פלינקער הענטעלע פון ס'יונגל און שנעל א כאפ-געטון דעם כוס של ברוינשטיין און פארשווינדן געווארן ווי א מלאך,,, כ'וויל דאס נישט אנרופן פארשעמט ווייל עס פאסט מיך נישט אבער כ'האב מיך נישט געשפירט איבריג שטאלץ מיט דעם נידערלאגע. נאך איידער איך האב עספיעט זיך צו אריענטירן האט א הארטע געשוואלענע האנט ארומגענומען מיינע ריסטן און מיט געוואלד מיך געצויגן, כ'בין געווען זיכער אז ווען איך וועל אויפהייבן מיינע אויגן וועל איך זעהן א באוואפנטע פארשוין ,אבער ניין, מיין עלטער פעטער האט מיר פאראורטיילט צו טאנצן מיטן חתן, דער פעטער שטויסט דורך דעם רינג מיט זיין ריקן און ווארפט מיך צו א פראסטרירטע חתן וועלכע שטייט מיט פחד אינמיטן זאל, צוואנציג פיס ארום אים איז פיסט און לעהר, איך האב זיך גענענט צום חתן זיך גרייטנדיג אים אויסצולייזן פונעם אומאיינגענעמע ליידיגע זאל, ספּאנטאַן האב איך אין אכט גענומען אז עפעס גאר ערנסט האט נארוואס פאסירט.

זעץ! א יונגער רבי'שע געשטאלט וועלכע גיבט שוואך אבאכט אויף זיין דרויסענדיגער אויסזען נאר לייגט מער געוויכט זיך אריינצודרייען צווישן די הויכע פענסטערס אזוי אז איין טאג וועט ער קענען זיין הויז בחור, האט מיך א שטיפּ געטאן צום זייט...
נישט סתם א שטיפ וואס קומט פון אריינוואקן שנעל אין יענעם, נאר אזאנס וואס איז בדווקא, ער מאכט זיכער אז יעדער זאל זעהן זיין גרויזאמע אקט, כ'האב נישט געכאפט פארוואס ער פראבירט אז יעדער זאל זעהן ווי ער זעצט מענטשן אבער ווי נאר די מאזיק האט זיך געטוישט צום זעקסטן הקפה ניגון האב איך פארשטאנען וואָ דא גייט פאר, א שניי ווייסע בארד מיט גרויסע געפיצטע גלעזער פארהילט אין א הייליגע דביקות מאכט זיין וועג אריין אין זאל, דער יונגע רבי'שע שלעגער לויפט אנטקעגן דעם אדמו"ר, ווען ער קומט אן עטליכע פיס אוועק פונעם הייליגקייט הייבט דער זעצער\שטיפער אן וואקן צוריקציוועגס מיט א שנעלע גאלאפ, ער פאכעט זייענע הענט מיט כח אוועק-ווארפענדיג דעם לעצט פארבליבענע יונגל וואס קלויבט "קאנפעטי" פונעם ערד אזוי אז דער אדמו"ר זאל נאר זעהן דעם שלעגערס פנים אנטקעגן זיך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר