פורים תורות

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3067
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8392 מאל

פורים תורות

שליחה דורך שמן למאור »

רבותי!!! מען האלט שוין ביי שבת מברכים אדר!! און 'משנכנס אדר מרבים בשמחה' סאו טעקניקלי איז שוין דעם קומענדיגן שבת 'אריין אין אדר' ווייל די גאנצע וואך ליגט אינעם פריערדיגן שבת, בקיצור, אין איין ווארט, מען מעג שוין אנהויבן צו זיין בשמחה, גענוג מיט די עצבות די לאנגע ווינטער זמן קומט שוין צו אן ענדע

איי וועסטו שרייען, אבער עס איז נאר אדר א', פורים זעט זיך קוים אהן אויפן האריזאנטל? ולשמחה מה זו עושה??? ניין זאג איך דיר!! טאקע וועגן דעם, מען דארף דוקה פריער זיין בשמחה ווייל אויב וועסטו ווארטן, וועט אפשר שוין ליבאוויטשער רבי פריער דא זיין,

ווי גייט נאר די ווארט פונעם שיכור וואס פלעגט טרינקען אגאנץ יאר, האט דען המן געקענט פארטיליגן די אידן אין איין טאג? היטלערן זאל בראטן, האט עס נישט געקענט באווייזן אין אפאר יאר, נאר וואשזע דען?? המן האט דאך געוויסט אז ס'דא א שאנס אז ער וועט האבן א מפלה און די אידן וועלן מאכן דערפון א יו''ט האט ער אונז נישט פארגינט מער ווי איין טאג!!!
איך ווייס דאך אבער יא פון המן'ס כוונה, ממילא וועל איך מיך נישט לאזן פון אים, און איך טרינק אגאנץ יאר, וכמאמר החכם 'א גאנץ יאר פורים' אדער כמאמר חכם יותר גדול אחר, 'אומאן אומאן ראש השאנא, פורים פורים כל השאנא'...

אונז זענען טאקע נישט אויפן מדריגה פון 'יענעם שיכור' אבער עכ''פ 'חודש אדר' למען השם, מעג מען אביסל געבן א שמייכל און יא! אפילו אדר א', אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, 'לויתן זה יצרת לשחק בו' לויתן איז דאך א פיש, און פיש איז מרמז אויף אדר ווייל מזל אדר דגים, דאס איז פשט אין פסוק,
לויתן זה - דהיינו חודש אדר ,יצרת, פארוואס? לשחק בו- צו לאכן אין דעם, לחיים!! גיבט א שמייכעלע אין חודש אדר

און שטייטצעך אז מיטן מרבה בשמחה פלעגט מיין מגי''ש זאגן מיינט מען די 'תורה' ווייל 'אין שמחה כשמחת התורה' (אגב ווען עס איז געקומען חודש אב האט די ממעטין בשמחה שוין נישט געמיינט תורה, אזוי גייען די קארופטירטע מעשיות, עניוועי)

בין איך מקדש דעם אשכול דא פאר 'פורים תורה' אז מען זאל קענען שרייבן חדושים אייגענע אדער נאכגעהערטע, דער עיקר ס'זאל זיין פורים תורה

ביטע נישט שרייבן קיין עכטע 'תורה' ווייל איך וויל נאך קענען אריינברענגען מיין סמארטפאון אין ביה''כ,
פליז מאכסטס מיר נישט עביוזן מיינע 'שריפשטעלער רעכטן'. :lol:
(כ'טראכט יעצט אז אפשר זאל מען יא מעגן קוקן אויף א סמארטפאון תורה אין ביה''כ, ווייל עס איז אזוי 'טמא' אז די תורה דערויף איז נישט הייליג בכלל, אזוי ווי ספר תורה שכותבו מין, בקיצור, איך וועל אנפרעגן ביי די השמעיני את קולך דיינים)

שוין, כ'וועל אנהויבן מיט א שיין ווארט פונעם באקאנטן פ''ר פון סאטמאר ר' שלמה יעקב געלבמאן ע''ה

ס'באוויסט די מעשה אז די טאכטער פון המן האט באגאסן איר טאטע אויפן קאפ מיט א שיסל פון 'יענע סחורה'
לכאורה, אונז ווייסן אז די באשעפער שטראפט מידה כנגד מידה, וואס איז דא געווען די זאך, וואס וועגן דעם איז זיך געקומען פאר המן'ען פינקט אזא מין מאדנע שטראף?

נאר וואס דען, שטייט און מדרש אז המן האט געטענה'ט פאר אחשורוש, 'ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים, ''ואת דתי המלך אינם עושים''
האט ער געזאגט, אז די אידן ארבייטן קיינמאל נישט, זיי האבן יעדן טאג א שבת אדער א יו''ט, שבת היום, פסח היום, און ממילא, ולמלך אין שווה להניחם,

לכאורה האבן דאך די גוים אויכעט חגאות וואס זיי ארבייטן נישט, נו פארוואס האט זיך המן פארטשעפעט מיט אונזערע ימים טובים?

מיז זיין אז ער האט געטענה'ט פאר אחשורושן אזוי, גיב א קוק, ממילא אונז האבן א חגא, יענעם טאג ארבייט מען נישט, אבער א טאג פארדעם איז געהעריג כאילו לא היה, נישטא די גאנצע הכנות,
אבער ביי די אידעלעך איז דא א גאנצע מעשה פון זיך גרייטן, וכמאמר הצדיקים, 'די הכנה איז גרעסער ווי די מצוה אליין' שוין פון דאנערשטיג איז מען פארנומען מיט די הכנות פאר שבת, שוין חדשים פאר פסח, איז מען פארנומען מיט די הכנות פאר פסח וכדו'

קומט אויס אז די עיקר טענה פון המן איז געווען אויף די הכנות, איז מידה כנגד מידה, האט מען אים באגאסן מיט די 'הכנות' אויפן קאפ ארויף...
:lol: :lol: :lol: ;) :lol: :lol: :lol: ;) :lol: :lol: :lol:
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר