גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19575
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24505 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14864 מאל
קאנטאקט:

גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין דעם אשכול 'עמיר ברענגען ווערטלעך און פשטים (פאלשע און עכטע) וואס תמימות'דיגע אידן וועלכע האבן נישט געקענט לערנען, האבן געזאגט. און וואס מ'האט זיי געענטפערט. די עיקר איז די זיסקייט און די תמימות מיט וואס דאס איז צוגעגאנגען...!

לאמיר אנהייבן מיט די אינטרעסאנטע מעשה וואס די גמ' ברענגט (מס' פסחים) אז רב מתנא האט אמאל (ביי א שבת הגדול דרשה?) געדרשנ'ט אין די שטאט פפוניא אז צו באקן מצות דארף מען האבן מים שלנו. דעם נעקסטן טאג זענען אלע פרויען פון די שטאט געקומען צו דעם רב'ס הויז און זיי האבן געבעטן פון די (געבענטשטע) וואסער פון די רבי. די רביצן האט נישט געוואוסט וואס צו טון. א יעדע מינוט איז געקומען אנ'אנדער פרוי און געבעטן פון די רבי'ס וואסער. האט זי צוערשט געמיינט אז איינער האט אנגעשטעלט א שפיצל פאר איהר מיט איהר מאן. איז זי געגאנגען פרעגן איהר מאן. דער רב האט זיך גוט צולאכט. מסתמא ווייל איך האב נעכטן געזאגט אין די דרשה אז א יעדער דארף נעמען ..."מים שלנו"...איבערגענעכטיגט וואסער. און זיי האבן פארשטאנען ..."שלנו"...מיינט אונזער. אז די רבי האט ספעשל וואסער...לאל

פארוואס ברענגט אונז די גמ' די (פאני) אינטרעסאנטע מעשה? איבער א מיספארשטענדעניש פון א גאנצע שטאט עמי הארצים...נאר די גמרא וויל דא ארויסהייבן זייער אומונה פשוטה. כאטש ס'איז געווען א זאך וואס זיי (די קלוגערע פון זיי) האבן נישט פארשטאנען.. אבער אז די רב האט געזאגט פאלגט מען. מ'פרעגט נישט קיין קשיות...!

די צווייטע טראדיציאנאלע מעשה איז איבער דעם וואס ווערט פארציילט אז דער ערשטער בעלזא'ער רב דער שר שלום, נאכדעים וואס ער האט (שנעל) געענדיגט זיין סדר, איז ער ארומגעגאנגען אין שטאט אין די באגלייטונג פון זיין זון דער מיטל'ער רב זצ"ל. האבן זיי געהערט ביי איין פענסטער וואו דער בעה"ב שרייט ביי די הגדה וואו ס'ווערט פארציילט איבער די ארבעה בנים...אח---ד חכם, אח---ד רשע. און אזוי ווייטער. האט דער שר שלום געזאגט די מעשה איז זייער חשוב אין הימל. ווייל דער איד האט אינזין געהאט די כוונות פון קריאת שמע...!

דער היילגער טאהשער רבי זצוק"ל האט זייער שטארק ליעב געהאט צו הערן דעם סיפור המעשה. ער פלעגט אייביג בעטן ביים סדר אז איינער זאלל פארציילן די מעשה...!

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר