שוין לאנג נישט געוועזן אין חדר...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 914 מאל

שוין לאנג נישט געוועזן אין חדר...

שליחה דורך ברוינשטיין »

ביי די ערשטע טריט אריין אינעם טויער פון חדר איז מיר א גערוך אנקעגען געלאפן, ס'האט געשמעקט פון ברוינע וויש פאפיר איינגעווייקט אין פּאָנטש, געטויסטע ברויט (מלמדים שטובל), בליטש, צעטרויטענע ביסלי, פאַרווע זופ, קינדער-צואה, צוזאמגעגאסענע מילעך, צוקוועטשטע ברויט, קעטשאָפּ, ועוד ועוד, עטליכע טעלערס האבן געשוועבט אויפן וואַנט נאכדעם וואס איינער האט זיי ארומגעדרייט אויפן שוויציג קאפ, קינדער האבן אויסגעדרייט גאַנצענע "ראולס" פון וויש-פאפיר איבער די קארידאר, נאסע טישוס זענען געפלויגן אומעטום...

גראָבע טאַטעלע גראָבע טאַטעלע, האט דער יונגע שַמשון געלויטעט דערביי האט ער געפאכעט מיט א צווייגל, שטונקער! האט ער מיט קוראזש ארויסגעשריגן, מיינסט ביסט מעכטיג ווייל די האסט א טול-באַקס? האט ער ווייטער פרובירט צו ליפטערן זיין היימישע רעטאריק, וויכטיג-קראַכער וויכטוג-קראַכער, כ'האב מיך גאנץ קנאַפ צוטון געמאכט און כ'האב פארגעזעצט מיט מיינע טריט, אבער ווי א קאזאַק האט ער זיך געשטעלט אינפארנט פון מיר אנטשלאסן מיט זיינע הענט אויף די לענדן, כ'האב פרובירט צו גיין זייט-וועגס אבער דער שַמשון ריקט זיך מיט ווי א שפיגל דערביי ווייזענדיג כינעזע סארט גרימאסן, ליי ליי ליי ליי האט ער א נאריש לידל געזינגען ווען אין די זעלבע צייט טייטלט ער מיט זיין ראציגע פינגער צו מיר אויף ארויף.

כ'האב געקלערט אז דער שַמשון איז אן איינצלענעם וואלף, עפעס א מיטגעמאכט קינד וועלכע זיכט אויפמערקזאמקייט צוליב א מאנגל אין ליבע, אבער מיטאמאל האב איך מיר דערזעהן אינעם צענטער פון א מאַסן דעמאסטראציע, איין פארנאכלעסיגט יונגל האט און א פרואוו ארויסצושטאַרצן פונעם געווענליכן סארט, אריינגעלייגט זיינע צוויי פינגער אין ביידע עקן פון מויל, ער האט דאס אויסגעצויגן אזש פון זיינע ליפן איז כמעט געגאנען בלוט און ציינער פונעם מיטל אלטער יארן האבן זיך אנטפלעקט, צוויי באזונדערע פינגער האט ער אריינגעשטעקט אינטער זיינע אויגן און דאס ארפגעצויגן דערביי האט ער געשאקלט זיין קאפ פון רעכטס צו לינקס, אויף מיין רעכטע זייט שטייט א קינד וועלכע זעהט זיך אויס קומט פון א גאר פרימע שטוב מן הסתם די ניינטער אין משפחה, אין א יונגן עלטער פון קוים צעהן יאר וואקסט אים שוין א שנאלץ, ער גייט אנגעטאן ווי א רבי פון טויזענטער חסידים און האלט אומשולדיג א גלעזל וואַסער אין די האַנט, א פערדע יונגל (גראדע אויסגעזען ווי א קלוגער) האט א שטופ געטאן זיין האנט און מיט גרויס צוזאמען ארבייט האבן זיי באוויזן צו נאַס מאכן האלב פון מיין קערפער, זיי האבן אפגעצויגן מיט געלעכטער...

די טיר פונעם מלמדים שטובל האט זיך געעפנט, נאך איידער א ליכט שטראַל האט געקענט דורכלויפן, זענען זיי ווי מייזלעך נעהלעם געווארן, דער טיר איז אפן בלויז עטליכע אינטשעס און ווערט שטייטלעך מער און מער געעפנט דורך די אונטערשטן חלק פונעם לאָנטש-רבי'ס גוף, איין ריזיגע האנט שטעקט זיך ארויס און גלעט די וואנט פינעם קארידאר אינדערצייט וואס דער לאָנטש-רבי שרייט אריין קולות אויף א צווייטע מלמד וועלכע זיצט נאך אין שטובל, עפעס וועגן ר' שאול אלטער.

ווען זיין פנים איז געקומען צו די עפענטליכקייט האב איך זייער גוט פארשטאנען די אנטלויף פון די קינדער, ממש א ים רויבער אזאנס וואס ווערט געשילדערט אין פונקציע ביכער, א לאנגע שנאָלץ וועלכע זעהט באמת אויס פאַלש, זיינע שווארצע ווייסע גלעזער זענען נישט געווען עפעס באזונדער גרויס אנקעגען זיין געשטאלט, דער פלאַכע היט איז געוועזן שיף ארויפגעריקט אלץ סימבאל פון אגרעסיע און איין האנט איז געווען אריינגעשטעקט אינעם כאלאט גארטל, דער צוויטע האנט איז לויז אראפגעהאנגען ווען צווישן זיינע פינגער האלט ער א שפילצייג\טשאטשקעלע וועלכע ער האט פארגנבעט פון אַן אָרעם קינד, די שיך מיט איין שטריך אין פארנט האט אנגעהויבן קומען נענטער צו מיך....


ממש א טיר גארטן...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר