טעכנעלאגישע רעוואלוציע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
עולם הזה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2020 5:55 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

טעכנעלאגישע רעוואלוציע

שליחה דורך עולם הזה »

יעדער וואס האט נאר אמאל גענימען סיי וועלכער בילדער מאגאזין אין האנט האט זיך שוין אנגעשטויסן אין אט די פראבלעם. אנגעהויבן פון פשוטע צייטונג בילדער, ביז פראפעסיאנאלער שמחה בילדער וועלכע ערשיינט אין די וועכנטליכע אידיש-האַליוואָד אויסגאבעס.

די אישוּ איז נישט היינט געבוירן, בכלל נישט, ס׳גייט שוין צוריק א יובל יארן. אדרבה נעמט ארויס אן אוּר-אלטע אפגעגעסענע צייטונג וואס אלע עקן שיילט און ברעקלט שוין פון אלטקייט, יא די מיט עדווערטייזמענט געשריבן מיט קידוש-לבנה אותיות ״צירוּנגען פאַר גאָר צוּגענגליכע פּרײַזן״ יא יא בלעטער נאר אריבער צום לויה פונעם שטאט׳ס רב וואס האט צוזאמגעשלעפט א מאסן עולם צום לויה, גיב א נענטערע בליק אויף די קליינע ‏אותיות אינטערן בילד וועסטו זעהן דארט שטיין ״טייל פונעם ציבור״

די לאכסט?
גיי צו צום שאפע און נעם ארויס דאס סאמע-נייעסטע מאגאזין מיש אריבער צו סיי וועלכע בילד מיט א גרעסערן ציבור. נו נו… זעהסטו.

-א חלק פונעם ציבור
-טייל פון די באטייליגטע
-חלק מהקהל
-טיילווייזע בילד
-חלק פארזאמעלטע

רבותי מ׳האלט שוין יאַרע צוואנציג צוויי און צוואנציג און די אפגעהאקטע בילדער טוט פארנעמען אן אויבנאן אין אונזער אויסגאבעס.
גרויסע זיצונגען און פארזאמלונגען זענען שוין פארגעקומען מיט גרויסע קעפ און שושקעס וויאזוי צו לייזען די אפגעהאקטע-בילדער פראבלעם מיט וואס אונזער דור יתום איז געשלאגן.

אבער הערט רבותי, ס׳איז דא גוטע נייעס! א דורכברוך אין די טעכנעלאגישע וועלט: מיט די ערשיינונג פון א רעוואלוציענערישע פיקטשער-מאכער וועלכער פארמאגט אין זיך די לאנג ערווארטערטע נייע פיעטשער פון קענען נעמען ״גאנצע בילדער.״
יא! קוקט אויס ווי א חלום אבער פארט א פאקט. אין די יעצטיגע טעג ווערט עס ארום געליפערט אין אלע היימישע עלעקטעראנישע געשעפטן מיט א ספעצילע נידריגע לאונטש-פרייז.

די פראדוקציע פאר אזא טעכנעלאגישע אויפרייס איז בכלל נישט אנגעקומען אזוי גרינג, ס׳האט זיך פארלאנגט שווערע געלטער פאר שטודירונגען, און האט גענומען אן אפשניט פון איבער דריי יאר צייט פון פארשידענע טעסטונגען און פראדוקציע. און דאס אלעס האט נאר געקענט פארקומען אדאנק די הילף פונעם בארימטער איש חסד און פילאנטראפּיסט ר׳ אבא רייך וועלכע האט במיטב ליבו זיך געלאזט קאסטען.

ר׳ אבא האט קלארגעשטעלט אז די נייע קאמארע קוקט אויס ממש ווי נאכאיינס אין די מארקעט. ״ס׳מאכט נישט קיין שום עקסטערע גרודער, און וועגט גארנישט מער ווי סיי וועלכע אנדערע קאמארע״
ס׳איז ערוואטעט אז אין די קומענדיגע וואכן וועט מען אנהייבן זעהן גאנצע-בילדער אין די וועכענטליכע אויסגאבעס. ״עס קאסט טאקע א שטיקל מטבע איינצושאפן די נייע כלי, אבער וואס טוט נישט א מאגאזין צוצושטעלן די העכסטע קוואליטעיט סחורה פאר זיינע קאסטאמערס״

שהחינו וקימנו לזמן הזה.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר