עקסקלאסיוו: ערשטמאליגע היימישע אינטערוויו מיט "דאנעלד טראמפ"

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3067
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8392 מאל

עקסקלאסיוו: ערשטמאליגע היימישע אינטערוויו מיט "דאנעלד טראמפ"

שליחה דורך שמן למאור »

**לכבוד תגובה מספר 1000**

די מנהג גייט שוין צירוק מקדמת דנא. שוין זייט די גרינדונג פון קאווע שטיבל, זוכן די שרייבערס עפעס אהערצושטעלן ספעציעל פארן המון עם, לכבוד זייערע 1000'סטע תגובה. ממש גאר לעצטנס האבן מיר זוכה געווען צו א שיינע אמונה אפהאנדלונג, לכבוד די טויזענסטע תגובה פון ידידינו
@תרמב.

על כל פענעמער, עס ריקט זיך אזוי נענטער און נענטער צו מיין טויזענסטע תגובה, און איך קראץ מיר דאס קאפ. גאנצעטע שמונה עשרה'ס האב איך שוין אוועקגע'חלום'ט מיטן טראכטן. וואס קען איך עפעס צושטעלן פארן עולם, עפעס אזאנס און אזעלעכטס. עפעס וואס זאל נישט זיין סתם נאך עפעס א אשכול ווי איך רעד מיך אויס מיינע בויך וויי, מיינע צעמישענישן אדער מיינע כפירה געדאנקן.
געניג זיך געזארגט וועגן זיך, וועגן די אייגענע דורות און איטערעסן, און לאמיר זיך אביסל פראבירן צו מצמצם זיין אין שרייבן עפעס פארן עולם, עפעס וואס די עולם וועט הנאה האבן דערפון, עפעס זאכליכע נייע אינפערמאציע, אדער סתם אינטערטעינמענט.

האט זיך מיר אזוי אויפגעבליצט א מעכטיגע געדאנק אין קאפ. וואס וועט זיין אויב עס וועט מיר געלינגען צו פארן קיין פלארידא גראד אריין קיין מארעלאגאו, און אפהאלטן אן עקסקלוסיוו אינטערוויו מיטן 45'טער פרעזידענט דאנעלד טראמפ יר"ה. אן ערשטמאליגע אינטערוויו פאר קאווע שטיבל, אדער בכלל פאר א אידיש-רעדנדע נייעס קוואל. וואלט דאס נישט געווען פאסיג און קנאקעדיג פאר א טויזענסטע תגובה...?

צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, איז פון די מחשבה ביזן למעשה דורגעגאנגען אסאך שוועריגקייטן. שעות לאנג בין איך געזעצן אויפן טעלעפאון און געריפן דער און יענער. מער ווי איין מאל האט שוין אויסגעזען ווי אט אט ווערן שוין מיינע גרויסע פלענער צישטערט, און מען קען שוין זאגן קדיש אויפן גאנצן פלאן.
אבער ברוך השם מיט גרויסע אינטערווענס פון גאר אסאך גרויסע עסקנים און כלל טוהערס, א שטייגער ווי יוסי געשטעטנער, עזרא פרידלענדער, יצחק שלמה דרעזנער, דוד שווארץ, משה דוד נידערמאן, שמחה אייכנשטיין, אליעזר קרויס, טורקס, יענקי מאיער, פיני רינגל, ועוד הרבה...(היות די ליסט איז זייער לאנג, קען זיין אז איך האב אויסגעלאזט געוויסע עסקנים, איך בעט זיי פראזענליך איבער אויב האב איך זיי פארגעסן צו דערמאנען, ובתקווה להבנה, עצי)
ובעיקר דארף מען דערמאנען די חדב"ן ר' יואל חיים קושנער הי"ו, וואס האט פערזענליך אינטערווינירט מיט זיינע נאנטע קשרים אז די אינטערוויו זאל צישטאנד קומען אויף א מורא'דיגע געלונגענע אופן.

קודם האט די סיקרעט סערוויס נישט געוואלט הערן פון גארנישט. ווער איז דאס דעם עצי שטים? מען טרעפט נישט קיין שום דאטא אויף אים, אפילו נישט קיין סאשעל סעקיורעטי נומער. אבער מען האט זיי געדארפט מסביר זיין אז דאס איז בלויז א פען נאמען, און מיין ריכטגער נאמען איז.... ח*ש ג**י. האבן זיי מיר געמאכט א גרינטליכע בעקגראונד טשעק, און נאכן זען אז איך האב נישט ציפול חטאים אויף זיך, חוץ אפאר מאל זיך אריינכאפן אין די מקוה מיט א צווייטן, אדער זיך אריינגעווישט די נאז אין די האנטוך נעבן דעם סינק אין גרויס ביהמ"ד, האבן זיי איינגעשטימט אויפן אינטערוויו.

אכ"פ מען האט באשטימט דעם אינטערוויו פאר א דינסטאג אווענט 7:30 פינקטלעך. און שוין 12 אזייגער האב איך גענימען א פליגער קיין וועסט פאלם ביעטש, צו זיין גרייט אויפן געוואלדיגן מאמענט,
בערך דריי אזייגער האט מען געלענדט אינעם לופטפעלד, איך האב מיך געדינגען א שיינע טעסלע. כ'מיין, כ'קען דאך נישט אנקומען צו מארעלאגאו מיט א קעמרי... אויך האב האב איך געזוכט צו שפארן די טייערע געז פרייזן, אזוי האב איך געשאסן צוויי פייגעלעך מיט איין שאס...

איך בין גלייך געפארן צו א האטעל אינעם געגנט, זיך אויסגעפאקט מיין רענצל, אנגעגרייט מיינע דזשורנאליסטישע געצייג, און זיך אנגעטון מיין שיינע נייע וואלענעם רעקל, און געגעבן א לעצטע בלאז אויף מיין שפאגל נייע היט, זיך גראד געמאכט די גלעזער, און געציילט די מינוטן צום גרויסן מאמענט.
די זייגער ווייזט שוין זיבן אזייגער!!! איך מוז זיך שוין נעמען פארן צום פרעזידענט. מען קען דאך נישט פארשפעטיגן, דאס איז א איינמאל אין א לייפטיים אפערטונערטי,
אין די קאר האב איך שוין באקומען גאוסבאמפס. וויאזוי וועט עס גיין רבוש"ע, איך ציטער. מען גייט זיך טרעפן מיט טראמפן בכבודו ובעצמו!!!

נישט לאנג האט געדוירט, און איך האב מיך געטראפן שפאצירן אין די שיינע רייכע עליגאנטע האלוועי פונעם ריזארט. ממש פרעכטיג, עפעס האט עס מיר דערמאנט
זכרונות פון די ביכער ווי מען פלעגט ליינען אלטס קינד איבער די מלכית'דיגע קעניגליכע פאלאצן.

הכלל נאך א צען מינוטיגן אויספרעג פון די וועכטער, און א גרינטליכע אינטערזוכונג, האב איך מיר געטראפן זיצן און א שיינע צומער מיט אפאר בענקלעך. איך האב מיך שיין אוועקגעזעצט אויף א בענקל, זיך שיין געמאכט די בארד און די פיאות, זיך אויסגעגראדט די רעקל, און שיינערהייט געווארט אז די פרעזידענט לשעבר זאך זיך באווייזן ברוב פאר והדר...

און... לאנג האב איך נישט געדארפט ווארטן. 7:32 אויפן זייגער, האט זיך באוויזן דעם ארענדזשן דאנאלד טראמפ. ער איז געקומען באגלייט מיט צוויי דריי שוויצערס. אויך ר' יואל חיים'ן מיטן רביצין זענען מיטגעקומען, וויירשיינליך צו באגריסן דעם אידישן דזשורנאליסט וועמען זיי האבן אליין געשטאדלט ער זאל קענען האבן דעם אינטערוויו.

איך קוק אזוי אהן דעם טראמפ מיט א שמייכל. יא, כ'קען מיעד זיין, ער זעט אויס פינקט ווי אין די בילדער, מיט די מאדנע געלע/גאלדענע האר. ער האט מיר שיין באגריסט, איך האב אים געגעבן די האנט, דאן פאר ר' יואל חיים. רביצין איוואנקא האט שוין געוויסט אז איך וועל איר נישט געבן די האנט, זי האט אפילו נישט אויסגעשטרעקט, איך האב געפילט אזא היימישקייט, אזא פרימע מצב...

די פרעזידענט איז געווען אין א אויפגעהייטערטע שטימונג, א זאך וואס איך האב שטארק געהאפט פאר דעם. ער האט גלייך אנגעהויבן צו דרש'ענען ווי שטארק ער האט ליב אידן אין חסידים,
און ר' יואל חיים האט געמאכט דעם אינטערדאקציע.

די גאנצע שמועס איז כמובן פארגעקומען אין ענגליש, און איך וועל עס פראבירן איבערצוטייטשן די בעסטע וואס איך קען. און אגב האט דזשערעד געזעצן אגאנצע צייט אין די זייט. אזוי אז בעקיפין האב איך שוין אריינגעווארפן אפאר אזעליכע שאלות צו אים אויך. אזוי אז איך האב פאקטיש געהאט די זכיה צו אינטערוויוען טראמפ מיט יואל חיים אינאיינעם!!! גאר אן אומערווארטערטע סורפרייז.

פון דא אין ווייטער טייפ איך אפ דעם ארגינעלן שמועס וויאזוי איך האב עס אפגעכאפט אויף מיין ריקארדער.

***********

טראמפ: די ווייסט איך האב זייער ליב די חסידים, זייער א גוטע רילעישנשיפ. יוסי געשטעטנער האט מיר געגעבן שטיצע פון די ערשטע מינוט. וואנדערפולע מענטש, געוואלדיגע ארבייט,
איך האב געפארדענט רובאשקין. די געדענקסט דאס אודאי, ווערי נייס גיי. די קאראפט ליגאל סיסטעם האט געמאכט א וויטש האנט אויף אים. פינקט ווי זיי האבן געטון צו מיר, ביי די וועי, די ווייסט דאס.

יואל חיים: מר. פרעזידענט, דאס איז עצי שטים פון קאווע שטיבל. (ער האט דאן מסביר געווען פאר טראמפ אין ענגליש וואס עס מיינט א קאווע שטיבל) עס איז א אנליין סייט אהן קיין סענעסערשיפ.

טראמפ: יא איך ווייס, איך ווייס, אוי די אידן האבן אויך די סענסערשיפ פראבלעם. דער איד, דער בלאט, פעיק נויז, פעיק נויז. אפילו די צייטונג, אלעס איז פעיק נויז, קול מבשר איז שוין אביסל בעסער יצחק קלאר איז אנעסט, א פעטריאט, א גרויסע פאטריאט, אבער פעלזן, יואל פעלזן... פעיק נויז אויך שמעון ראלניצקי.. פעיק נויז אלעס פעיק נויז, קרעיזי פעלזן, קרעיזי פעלזן..

עצי שטים: גראדע איז דא א פלאטפארמע וואס הייסט אייוועלט, אבער זיי האבן אויך אסאך סענסארשיפ.

טראמפ: יא, כ'ווייס, אלע זענען אינטער ביג טעק, אלע זענען פראו סענסערשיפ, און אויב מען האט סענסערשיפ איז נישטא קיין דעמאקראטיע.
ענקער קאווע שטיבל איז גאנץ גוט, אבער @שבת אחים נידס טו שעיפ אפ, ער שרייבט אז ער געפינט זיך ביי א אנטי טראמפ ראלי, הע הע עס איז אפילו נישטא אזעליכע ראליס, אנלי איך קען צאמברענגען אזעליכע גרויסע ראליס. סליפי דזשוי פלעגט קוים קענען צאמקראצן פינעף מענטשן צו קומען צו זיין ראליס, @ליפא איז פיין, א פאטריאט, א גרויסע פאטריאט, ער האט געלייגט א בילד פון מיר פאר זייט אוועטאר, דאס הייסט געטריי, זייער אפרישיעדעט, ער איז א גוטע חבר, גרעיט גיי.

עצי שטים: אין אלגעמיין האבן דיר די חסידים זייער ליב, וואס האלטסטו איז די סיבה דערפאר?

טראמפ: ווייל זיי זענען קלוג, זיי האבן גוטע קעפ זיי פארשטייען וואס עס איז גוט פאר אמעריקע. די פרייע אידן גייען פאר די לינקע, סטופיד פיפל, סעלף העיטינד דזשוס, עס איז נישטא קיין איין פרעזידענט וואס איז אזוי פרא איזרעיל ווי איך; קוק יעצט אויף די לאנד, הויעכע געז פרייזן, אימגראנטן פארפלייצן די גרעניץ, אינפלאציע איז העכער ווי קיינמאל בעפאר. און ביידען... ער פאלט פון בייקס, האסטו דאס געזען? זייער שוואך, זייער שוואך, איך קען פוטין מיט טשי דזשימפינג, זיי זענען שטארקע מענטשן, די קענסט נישט האבן א שוואכע פירער אין לאנד ווען די אנדערע לענדער האבן שטארקע פירער.
אהה אין ווער רעדט פון קים יאנג אן, אגב איך האב געהאט זייער א גוטע רילעישנשיפ מיט אים, ער האט געזאגט אסאך שיינע זאכן וועגן מיר, אבער ווען איך בין געווען פרעזידענט איז ער געווען שטיל. היינט שיסט ער שוין ווייטער מיסילס. וואט א שעים פאר אונזער קאנטרי

עצי שטים: מאנכע פלעגן זאגן אז די ביסט א ראסיסט, וויאזוי קען עס בכלל זיין אויב די האסט אידישע אייניקלעך.

יואל חיים: ווילסט אז מען זאל דיך הייסן זיך אראפצוזעצן...? זיצט דאך שוין..., ווילסט מען זאל דיר אויפשטעלן...? (לאכט זיך אינטער...) זעסט דאך אז זיי זאגן ליגנט. קוק ווי שטארק טראמפ האט ליב זיין משפחה.ער איז בכלל נישט קיין ראסיסט, ער האט זייער ליב אידן.

טראמפ: דזשעריד זאגט גוט, איך בין די וויניגסטע ראסיסטישע מענטש אין היסטאריע, עז פאר אז ראסיסטישע מענטש גייען אין היסטאריע...; דזשוי ביידען, ער איז א ריזיגע ראסיסט, ער האט אויסגעוועלט קאמעלע, מיט דזשאסטעס קאטאנדזשי בראון דזשעקסאן בלויז ווייל זיי זענען שווארץ. היש לך ראסיזם גדולה מזה?
אגב דזשעריד איז א געוואלדיגע מענטש, ער איז מאלטי טעסק. אסאך געטון אין די ווייסע הויז, געמאכט שלום צעווישן מדינת ישראל אין אסאך לענדער. יעצט מיט סליפי דזשוי איז אלעס אויס, מען הערט נישט גארנישט מער פון די שלום, אלעס איז שטיל, נאר דזשעריד האט געטויגט דערצו.

עצי שטים: וואס זאגסטו בכלליות צו די דזשאב וואס ביידן טוט אלטס פרעזידענט?

טראמפ: איך מיין אז די ווייסט די תשובה צו די שאלה... קוק אויף זיינע אפראוועל רעיטונג נומערן, אסאך נידריגער ווי איך האב געהאט, בעליוו מי, און דאס איז שוין אהן די אלע פעיק נויז וואס איך האב געהאט.
די טרוט איז, אז ער טוט א געפערליכע ארבייט, אינפלאציע איז ארויף, גאן וויילענס איז ווי קיינמאל בעפאר, געז פרייזן זענען אין די הימלען. קוק, אונז זענען געווען ענערדזשי אינדעפענדענט ווען איך בין געווען אין די ווייסע הויז, און ביידען מיט זיינע פאלעסיס, האט אונז געמאכט אנגעוויזן אויף רוסלאנד און ווענעזועלא. א שעים, וואט א שעים פאר אונזער קאנטרי. ער זאגט פוטין'ס געז הייק, נישט קיין פוטין פרייז הייק, ס'איז א ביידן הייק, א סליפי דזשאו הייק, ווערי סעד. און עס מאכט מיר אפסעט, ווייל איך קעיר עכט פאר אמעריקע, עס איז זייער שלעכט וואס גייט דא פאר, דאס געשעט ווען מען ריגט אן אילעקשאן, ווען מען גנב'עט די וואלן...

עצי שטים: (וועלנדיג שנעל פארדרייען די טאפיק... כ'האב נאכנישט געוואלט אריינגיין דערינען דערווייל. ווער ווייסט וויאזוי אזא טאפיק קען זיך ענדיגן...) לאמיר דיר פרעגן אזוי, די גייסט אמאל אריבער צום סעודת שבת פון דזשערעד?

(יואל חיים שמייכלט זיך אינטער...)

טראמפ: יא, שור שור, איך גיי אסאך, עס איז געוואלדיג, אסאך גוטע ניגונים און געשמאקע עסן. איוואנקע איז די בעסטע קעכערין אין די וועלט. ביי די וועי אייוואנקא איז זייער ביוטיפול. איך האב שוין אפאר מאל געזאגט אז ווען נישט זי איז מיין טאכטער, וואלט איך איר געדעיט...

עצי שטים: וועליכע היימישע עסן גלייכסטו די מערסטע?

טראמפ: עההם, דאס איז זייער א שווערע שאלה... אסאך גוטע סחורה.. (לאכט אזוי) עס איז דא די דיפס, די פיש, גראדע איך האב נישט ליב געפילטע, נאר די סאלמען.. די טרוט איז, איי לייק פיש דעט דאונט געט קעפטשורד...;
די קיגל מיט די פערפל איז פיין. אהה! אין די טשאלענט!!!, יא דאס איז פיינע נייעס, עס מאכט גוט שלאפן. אסאך מאל אפילו אינמיטן די וואך, נאך א שווערע טאג פון אימפיטשמענט טרייעלס אדער אנדערע פעיק נויז, פלעג איך בעטן איוואנקע זאל מיר אריבערשיקן פון די לעפטאווערס. אזוי קען איך נאכדעם שלאפן א מחיה...

איין סייד אפעקט איז די... האהא.. יו קנאו.. די נפיחה... לעט מי נאט טעל יו, וואס איך האב אמאל געהאט אינמיטן א מיטונג מיט קום יאנג אן...

עצי שטים: אפשר דאך פארצייל...

טראמפ: נע, ס'ציפול בישות...

יואל חיים: נע, עס איז א אידישע פלאטפארמע, עס וועט נישט ארויסרינען, איך וועל עס פארציילן, אבער בתנאי אז די דריקסט עס נישט אין ענגליש.

עצי שטים: אוו קארס נישט...

יואל חיים: געווען איז עס ביי די צווייטע מיטונג וואס האט געדארפט פארקומען מיט קים. און טראמפ איז געווען זייער נערוועז, און האט געבעטן צו עסן אביסל טשאלענט.

טראמפ: (האקט אריין) איך בין נישט געווען נערוועז כ'האב נאר זיך געוואלט אביסל בארוהיגן, יו נוי.

יואל חיים: וואטעווער. דער עיקר, מען האט געזעצן ביים מיטונג... און אינמיטן האט יר"ה ארויסגעלאזט א קרני פרה... עס האט אנגעהויבן צו ווערן שטיקעדיג אין צימער. קים האט געמיינט אז מען פראבירט אים צו פארגאזן צום טויט, ער האט אנגעפאנגען צו שרייען, און זיינע לייבוועכטער זענען געקומען צו לויפן... ממש אין די לעצטע רגע האט מען פארמיטן א געפערליכע קריזיס.

עצי שטים: וויאזוי טאקע האט מען עס פארמיטן?

טראמפ: מען האט אריינגעברענט אויך פאר קים א טעלער טשאלענט, והכל על מקומו יבא בשלום.
ביי די וועי, דזשרעד, איט וואז יו וואס האט עס ארויסגעלאזט. מעגט זיך שוין מודה זיין, עס איז נישט געווען מיך... איך טו נישט אזעליכע זאכן,
איי קנוי אז עס איז געווען דיר... זיי זיך מודה...
(ביידע האבן זיך צעלאכט און טראמפ האט געהאט א שטיקל רויטע שעמעוודיגע פנים)

עצי שטים: וועליכע אידישע יום טוב איז דיין פעיווערעט?

טראמפ: א גוטע שאלע עצי, יו קנאו, עס איז דא אסאך געוואלדיגע צייטן, שבועות מיט די טשיזקעיק איז נאט בעד. חנוכה מיט די דאנאטס. אגב, ליצמאן, די קענסט אים? די אמאליגע שר הבריאות.., האט ער מיר אנגעריפן איין יאר חנוכה אז איך זאל נישט עסן ציפול דאנאטס, נישט מער ווי איין א טאג. נייס גיי, סאו קאנסורנד. עניוועי אההם, סוכות איז נייס, איוואנקע מאכט מיט די קינדער הערליכע שטערנס. אסאך טאלאנט, גרויסע טאלאנט, די דארפסט זען מיינע אייניקלעך, בריליענט קינדער; ...פורים איז דא די המן טאשן, עכט דעלישעס, און די אייניקלעך פארשטעלן זיך... איטס סאו נייס, ממש ווי האלעווין.
איי טינק אז פסח איז די שענסטע יום טוב, די גאנצע פעמעלי צוזאמען, מען פארציילט די מעשה פון פרעה.
ביי די וועי, פרעה איז געווען א ווערי פאערפול גיי, נישט קיין שוואכלינג. ער האט זיך נישט געלאזט. איך בין געווארן זייער אומפרעסט פון אים לעצטע יאר ווען דזשעריד האט פארציילט די מעשה. איך וואלט געהאט א גוטע רילעישנשופ מיט אים. ער סאונט צו זיין א קליגע מענטש.

יואל חיים: יא, די שווער האט זייער ליב צו טינקען די אייער אין די זאלץ וואסער ביי שלחן עורך...!

טראמפ: אההה דערמאנסט מיר, דאס איז גוטע נייעס. דער וואס איז אויפגעקומען מיט דעם, וועל איך אים גיבן די פרעזידענטשול מעדאל אוו אהנער. אזא אינווענטשן, ממש מעכטיג. די אידעלעך טויגן, פארפאלן...

עצי שטים: זאג אונז שוין איינמאל פאר אלעמאל, גייסטו לויפן אין די 2024 אלעקשאנס..?

טראמפ: עכט טאר איך נאכנישט זאגן, מיינע לויערס זאגן מיר אז עס קען מאכן פראבלעמען צו זאגן אזוי פרי. אבער פאר דיר וועל איך זאגן, עס גייט דאך נישט ארויספארן צו די אלגעמיינע גאס, ריכטיג?
(נאך וואס איך שאקל מיטן קאפ אויף יא, איז ער ממשיך)
די טראוט איז אז איך גרייט מיך פעסט צו לויפן, אלעס איז שוין אין פלאץ. איך בין די העכסטע אין די פולס, איך גיי זיכער געווינען די נאמענאציע. און קעגן דזשוי האב איך דאך שוין איינמאל געוואנען. נו, נאך די געפערליכע שוואכע ארבייט וואס ער טוט, וועל איך אסאך גרינגער קענען געווינען.
די קענסט זיך שוין גרייטן צו א נייע פרישע טראמפ פרעזידענטשאפט.
מיינסטו דען אז טורנהיים האט נישט גוט פאראויס געזאגט? אודאי אז יא, נאר ער האט פארזען אז עס וועט נישט זיין איין טערמין נאכן צווייטע...
בעליוו מי, איך האב נאך אסאך חסידים וועמען צו פארדענען, אויב ווילסטו גנב'ענען, איז יעצט די צייט דערפאר...

עצי שטים: די ווייסט אז אסאך חסידים האבן גע'גנב'ט PPP און אנעמפלוימענט...?

יואל חיים: נעע ס'נישט קיין גניבה, יעדער טוט עס, אונז האבן עס ספעציעל אויסגעשטעלט אויף א וועג אז חסידישע אידן זאלן די מערסטע קענען געניסן דערפון.

טראמפ: די טראט איז אז איך האב געוואלט אז די אמעריקאנער זאלן עס אויסניצן. קוק, די קרעיזי דעמעקראטן, אזוי ווי טשאקי שומער, וואסערמעלאונע עדעם שיפי שיף, און קרעיזי נענסי פעלאסי, האבן אפגעהאלטן נערישע פינעף ביליאן דאלער וואס זיי האבן נישט געלאזט ניצן צו אויפבויען די גרויסע שיינע בארדער וואנט, וואס וואלט אפגעהאלטן די מיליאנע אומליגאלע אומיגראנטן וואס מיר זען יעצט ווי זיי פארפלייצן אמעריקע. און אגב זיי קומען אהן צו אלע נעיבערהודס, ביידען לייגט זיי ארויף אויף ערעפלאנען און שיקט זיי צו רעפאבליקאנע סיטיס צו מאכן רויטע שטאטן בלוי. האסט זיכער געהערט דערפון, טאטאלי אומליגאל, טאטעלי קאראפט,
סאו זיי גיבן נישט קיין 5 ביליאן צו סעקיורן אונזער בארדער, און דערנאך שיקן זיי 50 ביליאן דאלער צו סעקיורן די אוקריינע גרעניץ, וואט א שעים.
האב איך דעסיידעט צו מאכן אנעמפלוימענט און פפפ, כדי אז די היימישע אידן זאלן כאטש עפעס פארדינען פון די קאסע... יו קנאו...

און ביי די וועי, אונז האבן געהאט די גרעסטע און שטערקסטע אקאנעמי און היסטאריע ביז די טשיינע ווירוס איז אנגעקומען. דאן האט דאקטאר פאוטשי געהייסן נישט אפשטעלן פלייטס פון טשיינע, און נאר איך האב עס געטון. עקספערטן זאגן אז דאס האט געראטעוועט מיליאנע לעבנס. איי דיד א ווערי גאד דזשאב. הע הע, און יעצט האט שוין פאוטשי אויך קאוויד, ער האט צען בוסטערס און נאכאלטס האט ער קאוויד.
און איך האב ביי די וועי געמאכט ווארפספיד, די שנעלסטע וואקסין אין היסטאריע, וואס אגב איז זייער אפעקטיוו, און איז די בעסטע און גרעסטע איקאפמלעשמענט אין היסטאריע. און שפעטער האט ביידן גענומען קרעדיט פאר מיין וואקסין.

עצי שטים: וועמען וואלסטו גענומען אלטס א ווייס פרעזידענט?

טראמפ: עס איז דא אפאר אפציעס אויפן טיש, עס איז נאכנישט דא קיין החלטה. פענס זיכער נישט, ער איז נישט קיין פאטריאט, ער האט נישט געטון וואס עס איז געווען ריכטיג צו טון אויף יאנואר דעם זעקסטן, ער איז מער נישט מיין חבר.

צעווישן די נעמען וואס איך באטראכט, איז, ראן דעסענטיס, די גאווערנער פון פלאריא, גרעיט גיי. אדער אילאן מאסק, רודי דזשוליאני, אדער קאנוועי וועסט. אפשר גאר יוסל ראפאפורט צו כאפן די מעסיגע וויילער, אדער אפשר גאר דזשאו ראוגען. וואס זאגסטו? ווער מיינסטו וואלט געווען די בעסטע?

עצי שטים: אפשר דזשאסטין ביבער, אדער ניקי מינאדזש?

טראמפ: (לאכט) איך ווייס נישט גארנישט איבער זיי. איך האב נישט געהערט ציפול וועגן זיי. אבער עפעס האב איך געהערט, זיי זענען לינקע, לינקע חברה...

(די זייגער האט זיך שוין היבש געריקט, און איך האב געזען אז עס איז שוין נישטא ציפול צייט פארבליבן, בין איך ציגעגאנגען צום בייסיגע שאלה)

עצי שטים: זאג נאר, די האלטס אין איין איבערזאגן אז די האסט געוואונען די 2020 וואלן. רעדסטו דיך טאקע אזוי איין, אדער די פראבירסט נאר איינצורעדן דיין פארגלייבטע בעיס, ווייל עס פאסט דיר נישט מודה צו זיין אז די האסט פארלוירן.

(יואל חיים איז קענטיג געווארן נערוועז. און טראמפ איז געווארן אביסל רויטליך, און האט זיך גענומען זאגן אויף א שטרענגע טאון)

טראמפ: או קעי, איי טינק דיס אינטערוויו איז אווער. אזא מין חוצפה, איך האב געמיינט אז די ביסט א פרענד, די ביסט אויך פון די דיפ סטעיט פעיק נויז?!?!

(איך בין געווארן גוט נערוועז, וואס האב איך דא געטון?? אריינגעביסן אין א הארטע עפל, וואס האט עס מיר אויסגעפעלט?
טראמפ האט באמערקט מיין נערוועזקייט און האט זיך אזוי גערעגט פאר א צוויי מינוט, און דאן האט ער פליצלונג אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער. איך זע אז די מתח אויף דזשעריד'ס פנים איז אראפ. איך האב מיך אויך אנגעהויבן צו בארוהיגן)

טראמפ: האהאהא, דאס איז גוט געווען, אוי האסטו געציטערט, עס קומט זיך דיר פאר דיין חוצפה. אבער צעווישן מיר און דיר, מאך זיכער אז דאס פארט נישט ווייטער, ווייס איך אויך אז איך האב פארלוירן די וואלן, איך בין אבער נישט גוט און פארלירן, אגאנץ לעבן האב איך נאר געהאלטן אין איין געווינען. וויאזוי קען איך יעצט מודה זיין אז איך האב פארלוירן, און נאכדערצו צו סליפי דזשאו?
אבער די אמת איז אז עס איז געווען אסאך אירעגילאריטיס, די סטעיטס האבן געטוישן די רולס, אהן רשות פון די סטעיט לעגוסלאטורן, און האבן געשיקט מיליאנען פון מעיל אין באלעטס צו ווער עס האט נאר נישט געוואלט. עס איז זיכער געווען אסאך מער פראוד ווי סיי וועליכע יאר.
די מאווי 2000 מיולס האסטו שוין געזען? (2000 mules). עס איז פארגעקומען אסאך סאספישעס זאכן, מען דארף עס אויספארשן, אבער די קוראפט דזשאסטיס דעפארטמענט וויל עס נישט אויספארשן.

עצי שטים: צום שלוס, האסטו מורא אז די יאנואר 6 קאמיטי וועט דיר אסר'ן פון לויפן נאכאמאל?

טראמפ: עעך, עס איז אלעס די זעלבע הואקס, קודם ראשע ראשע ראשע, דערנאך א אינפיטשמענט איבער א וואונדערבארע טעלעפאון געשפרעך, דערנאך די צווייטע אינפיטשמענט איבער מיינע ווערטער ווי איך האב קלאר געזאגט מען זאל פראטעסטירן "פיספאולי". און בד"וו, מען האלט די חברה וואס האבן בלויז אריינשפאצירט אין די קעפיטל אויף אסאך ערגערע אומשטענדן ווי די בלעק לייווס מעטער פראטעסטירער. עס איז ממש געפערליך. רוב פון די בלמ חברה זענען שוין ביי יעצט ארויס, און מיינע חברה שמאכטן נאך אפ אין טורמע אהן קיין טשענס צו רעדן צו א ריכטער. עס איז זייער נישט פעיר, איך וועל זיי אלע פארדענען ווען איך ווער פרעזידענט.
עניוועי, די חברה דארטן זענען קעראפט, זיי וועלן מיך נישט קענען צירוקהאלטן פון לויפן, און זיכער נישט אינדייטן. עס איז זיי קיינמאל נישט געלונגען און עס וועט זיי ווייטער נישט געלונגען.

(טראמפ קוקט אויפן זייגער און זעט אז עס ווערט שוין שפעט)

אקעי, עס ווערט שוין שפעט, איך מוז לויפן צו א מיטונג.
איך קען קוים ווארטן דיר צו באגריסן אינעם אוועל אפיס אין מיין קומענדיגע טורמין. טענק יו ווערי מאטש, עס איז געווען א פארגענוגן צו רעדן צו דיר.

עצי שטים: טענק יו מיסטער פרעזידענט פאר דיין טייערע צייט, און שכח דזשערעד פארן ארויסהעלפן מיטן ארענדזשירן די אינטערוויו.

***

איך האב געגעבן די האנט פאר טראמפ און פאר יואל חיים, און ארויסשפאצירט צירוק צו מיין קאר, ווען און מיין קאפ ווארפן זיך אלע מינע געפילן. פון איין זייט פרייד אז עס איז געווען אזא סוקסעס, די פרעזידענט האט זיך געעפנט ווי קיינמאל באפאר, און מיטגעטיילט אסאך ערשטמאליגע געשיכטעס. און פון די צווייטע זייט א שטיקל ריהוגקייט אז מען האלט שוין דערנאך, און עס איז נישט געווען קיין גרויסע אומאיינגענעמליכקייטן.

שוין, מיר אידן ווייסן דאך אז לב מלאכים ושרים ביד השם.(ווירעווער דאס שטייט) און די אייבישטער זאל העלפן אז נישט קיין חילוק ווער עס זיצט אונעם ווייסן הויז, זאל עס אייביג נאר זיין גוט פאר אידישע קינדער,
אמן כיה"ר.
עצי שטים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר