דער שחור וואס האט גערעט יידיש בימי רבן גמליאל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

דער שחור וואס האט גערעט יידיש בימי רבן גמליאל

שליחה דורך גאלד »

דער טבי עבדו של רבן גמליאל איז געווען ווי דער פאני שחור, וואס קליפס פארט שטענדיג ארום אויף סאשעל מידיע, ער רעט היימישע וויליאמסבורגע רייסערישע יידיש, פארשטייט אלע חסידישע פאליטיק, זינגט פינקי וועבער ניגונים, האט גוט ארויס די נואונסעס פון די היימישע קולוטר,
איין גאר קאמישער קליפ איז דעמאלטס בימים ההם ארומגעפארן וואס ס'געווען שטארק וויירעל, ס'מקובל אז ס'האט געהאט א האלבע מיליאן וויוס אויף אינסטעגרעם, (יוטוב לא ידענו, לכאורה מער), נעמליך געווען איז דאס אין א שיינעם חוה"מ סוכות, אונזער טבי איז נעלם געווארן אן קיין שפיר, מ'האט עהם גאר נייטיג געדארפט צו העלפן אנגרייטן די פארענטשעס ביי רבינו שליט"א דער גרויסער רבן גמליאל נשיא הדור פאר א גרויסארטיגע שמחת בית השואבה, אבער טבי איננו, ביז פלוצלינג הערט זיך ארויס פון די סוכה א הילכיגער געלעכטער פון רבין זז"ג הויז-בחור, "כא!! כא!! כא!! דא איז ער דער טוטער!! כא כא כא!!!" די שטוב מענטש קומען צו לויפן מיט ווינדער "ווי? אין די סוכה??? וויזוי קען דאס זיין אונז האמיר דאך דארט געזוכט מער ווי איין מאל", "כא כא כא!!" קאטשעט זיך ווייטער אונזער הויז-בחור, "קוק ווי דער טבי ליגט, דארט פארשטעקט אונטערן בעט און פאפט אריין. כא כא כא!!", אפאר חסידים האבן ארויסגענומען זייער (געפילטערטער שטייצעך) סמארט-פאון רעקארדירן דעם ספעקטאקל ווי דער טבי האט פונקט געמוזט זיך פארשטעקן אונטערן בעט אויפן הארטן פלאר צו כאפן א שינת צהרים, טראץ וואס אונזער טבי האט נאך פון שטענדיג א שיין אהערגעשטעלטן שלאפצימער מיט אלע געהערן, דארט אונטען לעבן די הויז-בחור'ס צימער, דער אלטער שמש מיטן הייזעריגן שטימע האט זיך גענומען שרייען האלב שמייכעלדיג און האלב נערווירט, "טבי!! טבי!! וואט אר יו דאינג אנדער די בעד", אבער דער טבי פאפט אריין ווי א מת מצוה! ביז א היציגע חסיד כאפט א בעזעם שטעקן און נעמט זיך שטעכן אנע רחמנות אינזער באליבטער טבי. טבי געט א שפרינג אויף אווי איינער וואס האט געכאפט א ביס פון א שלאנג, האקט נעבעך אריין זיין קאפ אינעם דאך פון בעט, "אה וואטס גאוינג אן!!" "וויי איז עווערי באדי וואטשינג מי", א יונגער חסיד מיטן ברייטן טלית-קטן שרייעט פונעם אנדערן עק סוכה "טבי!! וויי דידנט יו גא טו סליפ אין יור נארמעל בעד" פלוצלינג נעמט זיך טבי רעדן פון אונטערן בעט האלב ליגעדיג האלב זיצעדיג, ווי א למדן מיטן פולן יידיש, "לעצטע וואך ווען כאב געטוישט די האנטעכער ביי די סינקס אין גרויסן ביהמ"ד האב איך גוט ציגעהערט דעם רבי'ן דרשה אויף הלכות סוכה אויפן מייק, האב איך געהערט אז דער רבי האט געזאגט אז עבדים זענען פטור מן הסוכה," נעמט זיך אונזער שחור טבי דרייען מיטן פינגער ווי א למדן זקן ורגיל מיט א אייפער, נאך אלס אונטערן בעט איינגעבויגן און איינגעקאטשעט, "לפי זה היות איינער וואס שלאפט אונטער די בעט איז לא יצא ווייל ס'דאך נישט תחת צל סוכה, האב איך געוואלט פאר יעדן ווייזן די חידוש וואס ס'מיר בייגעפאלן אז דוקא א עבד אווי איך וואס איז פטור מן הסוכה מעג דארט שלאפן, אבער נישט ענק!!" נאכן אראפלייגן דעם פשעטיל איז דער טבי ארויסגעקראכן פון אונטערן סוכה בעט גרייט צו די ארבעט. ווי נאר די חסידים האבן דאס געהערט יוצא מפורש מפי השחור זענען זיי אויפגעשפרינגען פאר התפעלות, ס'א ארומגעפארן אויף אלע וואטסעפפ סטעטוס, שפעטער ביי א גרויסע מיטינג פון אלע רבנים, האט מען פארגעשלאגן צו אריינדריקן די מעשה פון אונזער טבי אין די משניות אריין זאל בלייבן פארצייכנט לדורות עולם, וכך הוה!!

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר