דער אמת'ער על חטא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 544
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 706 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1995 מאל

דער אמת'ער על חטא

שליחה דורך תוהו ובוהו »

נאכ'ן פאררייכערן א דזשוינט און זיך אנעסן ווי קיינמאל בעפאר, איז דער סאטמארער משיח - אינדארסירט דורך אלע פאראייניגטע מוסדות און קהילות - געקומען צו מיר אין חלום און מוחה געווען בכל תוקף אויפ'ן משיח שקר וואס האט איבערגעגעבן א פאלשע על-חטא ליסטע רח"ל, און איינוועגס האט ער מיר איבערגעגעבן די ריכטיגע חטאים אויף וואס מיר דארפן זיך קלאפן:

על חטא שחטאנו לפניך באריזאנע ווייץ
על חטא שחטאנו לפניך בב"ק
על חטא שחטאנו לפניך בגלילות והמסתעף
על חטא שחטאנו לפניך בדאווענען קארליבאך
על חטא שחטאנו לפניך בהוצאה בעירוב
על חטא שחטאנו לפניך בוואכנאכט אין בעקיארד
על חטא שחטאנו לפניך בזיין ביי קרבתנו
על חטא שחטאנו לפניך בחינוך ע"י קאממאן קאר
על חטא שחטאנו לפניך בטעסלע קארן
על חטא שחטאנו לפניך בי. י. דזשעקאבסאן
על חטא שחטאנו לפניך בכשר'ן שבת עלעוועיטער
על חטא שחטאנו לפניך בלאנגע פאנדזשעלאוס
על חטא שחטאנו לפניך במאדערנע ברילן
על חטא שחטאנו לפניך בנחמו קומזיץ
על חטא שחטאנו לפניך בסידור קידושין
על חטא שחטאנו לפניך בעסן או יו
על חטא שחטאנו לפניך בפארקויפן חמץ אנליין
על חטא שחטאנו לפניך בצומת הגידין
על חטא שחטאנו לפניך בקיד-טשאטשקע
על חטא שחטאנו לפניך ברויטע שרייענדע קליידער
על חטא שחטאנו לפניך בשירים ושיעורים
על חטא שחטאנו לפניך בתפילין בייטלעך

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר