האפפטשו!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

האפפטשו!

הודעהדורך דונג » מאנטאג אקטאבער 03, 2022 7:58 pm

האפפטשו!
וויפיל נוסחאות דאס האט נאר...
אקורשט האט זיך דער זומער אפגעפיצט מיט’ן תכלה שנה. און שוין הערט מען פולצאליגע שופר בלאזערס...
איינער פירט זיך צו בלאזן בלויז מיט איין האנט אויפ’ן נאז, און מאנכע נוצען קוים צוויי פינגער, ווי כאילו געזאגט, אז ס’א שאד אויסנוצען צען פינגערס פאר איין ראציגער נאז.
און דער גאנצער ציבור דארף מיטהאלטן דאס גאנצע דעליווערי...

ס’הייבט זיך אן מיט העעעעעע האפפטשו!!! ס’דונערט פון יריחו עד לבוא חמת. און עס פאלגט נאך א רייע תקיעות שברים און אזעלכע שארפע טראמפייטערישע תנועות. ממש פארגרעבטע באסאווע קולות. ווי געזאגט, די ראץ קום ארויס איינס... און צוויי און ווען כ’זאגט דריי גייט פעטש!
און וואס האט גורם געווען דעם האסטיג קוויטשעדיגער האפפטשו? פעטער בערלס טאביק פושקע!

ס’האט זיך ארויסגעשטויסן א רויעך, אזאנס, אז אויך די פארלוירענע צענטע ברעקל חמץ איז ארויסגעקומען, און דערמיט אויפגעוועקט א האלבע ציבור, וואס האט פיין געדרימעלט ביים שבת שובה דרשה.

וויפיל נוסחאות ס’איז דא אויף דעם האפפטשו, אזויפיל נעגל אויפ’ן וואך.
דאס גאנצע ווייטאג גייט אריין דערין. איינער פירט אויס טששי........... א דריטער טשאאא... יעדער האט זיך זיין תנועה’לע וואס קינד און קייט ווייסן שוין בלינדערהייט, אז יא, דאס איז מאיר וואס האט דעם האפפטשו ארויסגעגעבן.

און ווי א געדעכטער וואלקן וואס פאלגט נאך מיט א גערוך נישט געוואשענע עופות…
תרועה תקיעה תרועה... ביז איינער א חוצפן שישקעט עהם שוין... ווייל ס’צעמישט דעם רב די כוונות...
און לאמיר זיין אויפריכטיג, אזא אויספלאץ קען זיך מאכן וואו אומער און כאטשיג ווען. נאר דא אין שול קען ער נישט אויסלאזן דאס גאנצע תוכו כברו, און מוז שולט זיין אויף די אנדערע נקבים וחלולים. אבער ווארטס נאר, ווען ער שפירט זיך סעקיורד, און קימערט זיך גארנישט מיט די זאטוטים וואס הערן אויס זיינע בויך שטימעס, לאז ער גריסן יולי דעם פערטן אויף א מסורה’דיגער שטייגער, וואס נאר די זקינך ויאמרו לך האבן אזוי געקאנט...
וואס זאל איך שוין זאגן... שנשמע ונתבשר בשורות טובות....
דונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 1:17 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך היסטאריע » דינסטאג אקטאבער 04, 2022 6:24 am

א נייער פשט אין ליפא'ס ניגון, למעלה למטה, מזרח מערב וכו'.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
היסטאריע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1290
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1156 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט