בשורה מרנינה...!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19580
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14872 מאל
קאנטאקט:

בשורה מרנינה...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען כ'האב געליינט אין מאמענט פון די וואך די בשורה מרנינה אז ק"ק סאטמאר אין קרית יואל האט (ב"ה) געשלאסן מקח אויף א ריזיגן שטח פון 15 מיליאן דאללער וואו מ'וועט בעז"ה אויפשטעללן א גרויס (ריזיג) ביהמ"ד וואו מ'וועט קענען פלאצירן די אלע הונדערטער (טויזנטער) מתפללים. נאכדעים וואס די איצטיגע ביהמ"ד איז שוין אויסגעוואקסן פון פלאץ, בליעה"ר. נאך די אלע פארברייטערונגען. האב איך מיך זייער שטארק געפרייט. די איינציגע דאגה וואס איך האב געהאט איז וואו רבינו מהר"א שליט"א וועט דאווענען שבתים. אין נייעם ביהמ"ד אדער אין אלטן. כ'האב געטראכט אז אפשר ועט ער דאווענען איין וואך אין אלטן ביהמ"ד אויף גארפיעלד. און איין וואך אין נייעם ביהמ"ד אויף פארעסט רד. אלעס האט געשטימט. כ'האב שוין געזעהן דעם רונדעכיגן קעיק מיט די זילבערנע בעכערס וואס מ'לייגט געוויינליך ארויס ביי אונז בעידן ד'חדותא. נאר דעם רבי'ן אליין האביך נישט געזעהן. ס'איז מיר עפעס געווען זייער מאדנע.ביז... אין די לעצטע שורה פון די מודעה שטייט אז מ'רעדט דא פון קהילת מהרי"י שליט"א. (אנטשולדיגט). אבער כ'האב אזוי שטארק אויסגעפלאצט אין געלעכטער אז כ'האב נישט געקענט קומען צו מיר ביז צום זמן הדלקת הנרות...!

שוין. איך ווינטש זיי (קהילת מהרי"י שליט"א) אז זיי זאללן קענען אנפולן דעם נייעם ביהמ"ד געזינטערהייט. נאר איך קען פאראויסזאגן אז ס'וועט זיין ברייט פלאץ פאר א יעדן מתפלל. אפשר וועט מען גאר האבן א טיש פאר זיך אליין. ווייל לויט ווי איך בין אינפארמירט מוטשעט מען זיך אנצופילן דעם איצטיגן ביהמ"ד אויך...!..

כ'האב איין בקשה צום מאמענט. ווען עטץ ברענגטס א בשורה מרנינה זאלט עטץ אייביג צוערשט ארויסשרייבן פון וועלכע ק"ק סאטמאר מ'רעדט דא. עד ביאת משיח צדקנו ווען ביידע קהילות קדושות וועלן זיך צוריק פאראייניגן, בב"א. (פון די הייליגע ק"ק בני יואל רעדט מען דאך נישט. זיי האלטן דאך אז ביידע זענען שקצים).3

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר