איבער די אינטערנעט מערכה #845336

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

איבער די אינטערנעט מערכה #845336

שליחה דורך זר זהב »

פתח דבריך יאיר.
מיין הארצרייסענדע בריוו איז געוואנדן צו אלע רבנים דיינים יושבים על מואב ומדין, כל אחד בשמו הטוב הולך.

איך קום דא מיט א צובראכענע הארץ נישט פאר מיר נאר פאר מיינע עלטערן און זיידעס און עלטער זיידעס צוריק ביז תרח אבי האבות וואס ווילן אזוי שטארק זעהן נחת פון
מיר. איך בין טאקע אזוי שטארק פארפארן, אבער נאך מער זיכער מיט מיין גלויבונגען אז איך באהאלט ניטאמאל מיין עכטן נאמען. פאר איך גיי ווייטער וועל איך אייך
פארציילן מער איבער מיר. -- איך בין וואס איר רופט אן א "קויפער"! טראאך.... יא ליידער! איך "קויף" אלעס, נישט קיין חילוק CRC OU ווייסמאנדעל
אדער סטאר K! איך "קויף" אלעס!

איך גלייב מער נישט אין גארנישט, אלעס איז ביי מיר כשר. מיט דעם אלעם וואוין איך אין היימישן געגענט ממש אינעם הארץ פון וואס איר רופט אן
אלט-וויליאמסבורג. מיין ווייב ווייסט נישט דערפון, מיינע קינדער לערנען ביי אייך אין די מוסדות. איך בין א היט און רעקל אינגערמאן און אסאך
וועלן אפילו זאגן א פרומער אינגערמאן. ווען קיינער זעהט אבער נישט "קויף" איך כל מה שליבי חפץ.

און ווער איז אויף דעם אלעם שולדיג? דער אינטערנעט! גלייבט'ס מיר רבנים, איך אליין קען הונדערטער "קויפער'ס" ווי מיר! און יענע הונדערטער קענען נאך הונדערטער!
זיי דרייען זיך ביי אייך אין די שוהל, שרייען יו"כ אויפדערנאכט כל נדרי נאכ'ן איינפאסטן אויף OU מאכלים, צווישן זיי זענען רבנישע קינדער, פלאמערס, מגידי שיעור
און זאגאר דער בעל תפילה!

איר וועט אודאי פרעגן: פארוואס פארצייל איך אייך דאס? דער תירוץ איז זייער פשוט, איך בין צושאסן און צובראכן ביי מיר. אויב מיינט איר אז איך פיר א גליקליך
לעבן, וויל איך ענק זאגן: ניין!

אמת, איך גיי טאקע ארום מיט א רעקל און הויזן געמאכט פון שעטנז, אבער איז עס דען באקוועם? מיין הארץ קלאפט יעדע רגע וואס איך דריי מיר ארום
דערמיט. ווען איך זעה מיינע חברים מיט זייערע דזשי ענד דזשי סוט'ס וועלכע זענען שעטנז פריי באפאלט מיר א שווייס און א דעפרעסיע כאפט מיר אן.
איך קען עס אבער נישט אויסטוהן! איך בין פארשפארט!

דער אונטערנעט האט מיר געעפענט צו א נייער וועלט. איך בין געווען אן אויבער חכם, נישט געפאלגט די רבנים. היינט זעמיר אין א גרופע אויפגעקלערטע
אבער צובראכענע אינגעלייט. מיר האבן זיך אנגעליינט און אנגעזעהן וואס ענקערע האר וועלן זיך שטעלן. ס'געקומען צו א פונקט און איך האב באשלאסן
אז דאס איז עס! איך בין א "קויפער"!

איך בעהט אייך טייערע לייענער אל תמות כדרך שמת פלוני! מיין הארץ רייסט, איך בין פיל מיט ספיקות! יעדעס מאל איך גיי אריבער א צלם, זאל איך זיך
יא ביקן? נישט ביקן? כ'ווייס נישט! עטס ווייסט וואס פארא כף הקלע דאס איז?

נו, איך בין שוין וואס איך בין, איך קען מיר נישט העלפן. נאר איך בעט יעדן: זייטס נישט קלוג! פאלגטס די רבנים! און פאר אייך רבנים, זאגטס פאר אייער
קהילה לייט אז נישט א שעטנז רעקל וועט זיי מאכן העפפי, א דאווענען אן א גארטל ברענגט נישט קיין לאנג טערמיניגע שמחה, זיך וואשן די גאנצע האנט
אום תשעה באב וועט אויך נישט קיין סאך העלפן! איך בין שוין פארפאלן ליידער, אבער כלל ישראל דארף נישט נאך!

איך בעט אייך טייערע ליינער, ביטע ליינט עס אפ מיט אן אפענעם קאפ, פרובירט נישט צו לאכן פון יענעם'ס צרות. ס'נישט קיין שיינע מדה.
און נעמט ענק אין די הענט אריין, פארשפרייט'ס מיין מעסעדזש. זאלן אנדערע מיר נישט נאכטון.-- א שיינעם דאנק!

ווי עס וואונטש
א "קויפער"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר