דער רייזע פונעם אומשולדיגן וועיפער ראל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3098
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8474 מאל

דער רייזע פונעם אומשולדיגן וועיפער ראל

שליחה דורך שמן למאור »

אמאל כאפט זיך מיר א תאווה'לע צו שפירן ווי גאט, איך וויל וויסן וואס עס קומט פאר 'אונטער די קוליסן', פארהוילן פונעם מענטשליכן אויג. מיט די היינטיגע טעכנאלאגישע כלים איז שוין אסאך גרינגער צו קענען זען, הערן, און מיטהאלטן זאכן וואס מען וואלט אין דעם ווייטן אמאל זיך נאר געקענט חלומ'ען מיט א גוטן כח הדמיון. האבן מיר זיך איינגעהאנדלט אפאר גוטע מאשינקעלעך און זיך ארויסגעלאזט מיט א סייענטיפישער אויספארשונג.

א וואך פאר פורים האט שוין מיין ספרים שטוב אויסגעקוקט ווי א לאבאראטאריע, דראטן האבן זיך געצויגן פון אלע זייטן, מען האט זיך געגרייט צום גרויסן פראבע וואס גייט נארוואס אריינגיין אין שוואונג.

איך האב ארויסגענומען פון שאפע א פעקל טשאקלאד וואפלען ראל (wafer rolls), עס געעפנט ביי די עפענונג -געבנדיג אכטונג אז עס זאל זיך נישט צורייסן. איך האב אריינגעלייגט א קליינטשיגן אינטערהער אפאראט אינעם פעקל. דערנאך האב איך געמאכט א קליינטשיג לעכל נעבן א אות - אויף א פלאץ ווי עס זעהט זיך נישט אן פונדרויסן, און פון דארטן ארויסגעשטעקט א קליינטשיגן קעמארע. דערנאך האב איך אריינגעשטעקט א גאר קליינעם, אבער גאר פארגעשריטענעם GPS טרעקינג דעווייס. איך האב געעפנט מיין קאמפיוטער און זיכער געמאכט אז די קאנעקשן ארבעט. נאכן זיכער מאכן אז אלעס איז פיין, האב איך שיינערהייט צוריק באהאפטן די עפענונג אז עס זאל אויסקוקן פונקט ווי ניי.

דאן האב איך גענומען די וועיפער ראל און עס אריינגעלייגט אין א בעג מיט א וויין, און עס אנגעגרייט צו שיקן משלוח מנות פאר מיין זונ'ס מלמד. פארשטייט זיך אז כ'האב נישט פארגעסן אריינצושטעקן דארטן א שיינעם טיפ...

אין די חדר ווי מיין זון גייט, פירט מען זיך אז די קינדער ברענגען שוין די משלוח מנות פאר די מלמדים אום תענית אסתר, אזוי שפארט מען זיך די קאפ וויי פון ארומלויפן גאנץ בארא פארק אין די שווערע טרעפיק בעצם יום הפורים. כ'האב אנגעזאגט פאר מיין זון אז ער זאל אכטונג געבן אויף דעם פעקעלע, און עס שיינערהייט איבערגעבן פאר זיין מלמד. ער האט ניטאמאל געוויסט אז אויסער די גרויסע טיפ, ליגן נאך גאר וויכטיגע זאכן אינעם בעג...

נאכן דאווענען תענית אסתר בין איך אהיימגעגאנגען, געעפנט דעם קאמפיוטער און געכאפט א בליק צו זען וואו מיין וועיפער ראל געפינט זיך. איך האב געזען ווי די וואפלען געפינען זיך אין א קלאס צימער, זיי קוקן שיינערהייט אדורך דעם דורכזיכטיגן בעג וואס נעמט זיי ארום, און קוקן די מלמד גראד אריין אין די פנים.

נאך חדר, האט דער מלמד אהיימגעטראגן דעם פעקל צוזאמען מיט אסאך אנדערע פעקלעך. ווי נאר ער איז אהיימגעקומען, האט ער ארויפגעווארפן אלע משלוח מנות בעגס אויפ'ן דיינונג רום טיש. איך זע ווי ער גייט פון בעג צו בעג און רייסט ארויס די ענוועלאופס, און ס'איבריגע לאזט ער דארטן שימלען אויפן טיש. ער זעט עפעס נישט אויס צו זיין צו אינטערסירט אין די אלע שאקאלאדע בלעטער אדער ספארקלינג גרעיפדזשוס.

עס גייט אדורך אפאר שעה, און זיין ווייב כאפט זיך אז פאר איין טיטשער האט מען נאכנישט אנגעגרייט גארנישט, זי גייט פרעכערהייט צו צו מיין משלוח מנות, קראצט אראפ דעם לעיבל, און קלעבט זיך ארויף א פרישע... און היידא! ס'איז דא א פרישע משלוח מנות.

בערך 9:30 פורים ביינאכט, האט די משלוח מנות געמאכט זיין וועג אויף די גאסן פון בארא פארק. די טיטשער איז געווען אויסער זיך פאר שמחה צו טרעפן איר סטודענט ביי איר טיר, און האט שיינערהייט איבערגענומען דעם משלוח מנות און עס אראפגעלייגט אויפן קאונטער. איך זע ווי די טיטשער עסט די סעודה צוזאמען מיט איר טאטע מאמע, שוואגערס און שוועגערינס וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע סארט שטעט, זי האוסט די סעודה דאס יאר.

די שוואגער יענקל פון לעיקוואד האט געברענגט אן איבעראשונג, ער האט א ספעציעלן משלוח מנות פון אשר זעליג, אן אלטע חבר פון פיישי - דער בעל אכסניא. ער האט זיך דערמאנט אינמיטן די סעודה אז ער האט עס איבעגעלאזט אין קאר, איז ער עס דאן געגאנגען ברענגען. פיישי האט זיך געכאפט אז ער האט גארנישט וואס צוריקצושיקן פאר אשר זעליג'ן, ער האט זיך בכלל נישט געראכטן פאר א שלויעכמאנעס פון זיין אלטער ידיד. שנעל איז ער אריינגעלאפן אינעם קיטשן און אנגעהויבן עפעס צאמצושטעלן. ער האט געכאפט א וויין פון דא, און א קליק באר פון דארטן, און צו מיין מזל האט ער אויסגעקליבן אויך מיין וועיפער ראל! ער האט עס שיין ארומגענומען מיט א ריבאן און אפגעשריבן א שיינע שמחת פורים צעטעלע, און עס אפגעגעבן פארן שוואגער יענקל. "טראג דאס ביטע צוריק צו מיין גוטע חבר אשר זעליג'ן" האט ער געבעטן מיט א שמייכל.

שפעט פורים ביינאכט האבן מיינע וואפלען זיך געפינען אין די בעק פון א קאר אויפן וועג צו לעיקוואד. ר' אשר זעליג איז באוויסט צו פראווענען ביז גאר שפעט אין די נאכט אריין, האט דעריבער אונזער יענקל נאך אספיעט אפצוטראגן דעם פעקל צו אים אהיים, און אים איבערגעגעבן דעם שיינעם משלוח מנות אין זיין האנט אריין.

אשר זעליג האט געדאווענט וותיקין פורים צופרי, ער דארף נאך אריינפארן קיין מאנסי צו עסן די ערשטע סעודה ביי זיינע עלטערן. ער האט איינגעפאקט זיין באקס פון משלוח מנות'ן אין זיין סיענע, און אויך מיטגענומען אפאר איבריגע, דזשאסט אין קעיס. צווישן די איבריגע האט זיך געציילט די פעקל פון יענקל מיט מיין וועיפער ראל.

אנקומענדיג קיין מאנסי איז זעליג קודם ארומגעפארן טיילן די סחורה פאר חברים און גוטע פריינד, ער האט זיך נאר לעצטנס ארויסגעצויגן קיין לעיקוואד, רוב חברים זיינע וואוינען נאך אין מאנסי. דאן איז ער אריבער צו זיין טאטנס שטוב.

אשר זעליג'ס טאטע, ר' מאיר יהודה, איז א חשוב'ער איד א יודע ספר, און דער דיין האט אויפן וועג אהיים פון שול אריינגעסטאפט ביינעם אינדערהיים איבערצוגעבן זיינע שיינע געדאנקען וואס איז אים נארוואס איינגעפאלן אינמיטן מגילה ליינען. אשר זעליג האט מחליט געווען אז עס וואלט זיך געפאסט צו געבן א שיינעם משלוח מנות פארן דיין. האט ער אפירגענומען יענקל'ס פעקעלע און עס אהינגעטראגן מיט איין שמחה פארן דיין. "משה'לע! קענסט זיין מיין שליח איבערצוגעבן מיין שלוח מנות צום דיין"? האט ער זיך געאייסערט...

מיינע וואפלען האבן זיך אצינד געשלעפט אויף די גאסן פון מאנסי און אנגעקומען צו חשוב'ן דיין'ס שטוב.

דער דיין האט זיך שוין א וואך פאר פורים גע'ישוב'ט צו ער זאל אנגרייטן א משלוח מנות פאר נתי צו נישט. פון איין זייט האבן זיי זיך היבש צעריבן לעצטנס און זענען נישט אין די בעסטע טערמינען נאך וואס נתי האט געשריגן אז ער איז צו א מחמיר, אבער פון די צווייטע זייט איז דאך שלויכמאנעס געמאכט ספעשל פאר דעם, צו מרבה זיין שלום וריעות, איז אפשר זאל מען לייגן די קאמפלעקאציעס אין א זייט און יא אנגרייטן עפעס א שיין זאך פאר נתי.

למעשה איז ער געבליבן ביים זיך ישוב'ן, אבער ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען נתי האט זיך באוויזן ביי זיין טיר שיכור ווי לוט. נתי האט הפנים יא געלייגט די קראצענישן אין א זייט און געברענגט א שיינע בעג פארן דיין. דער דיין איז שנעל אריינגעלאפן אין זיין קיטשען, ארויסגעשלעפט א שיינע בעג, אריינגעשליידערט א וויין מיט.. יא.. מיין וועיפער ראל, און מיט א געמאכטע שמייכל צוריקגעגעבן פאר נתי א שיינעם 'פנים חדשות'דיגן' מתנת יד.

נתי איז אהיימגעקומען און אריינגעפאלן אין בעט מיטן שלוח מנות אינאיינעם. ער האט מקיים געווען דעם עד דלא ידע כפשוטו ממש, און דערצו מהדר געווען צו שלאפן ווי די רמ"א. זיין רעבעצין האט אים דערוועקט נאך א לענגערע צייט שלאפן. "ס'שוין שפעט.. גיי דאווען מנחה ווייל מען דארף זיך שוין באלד ארויסלאזן קיין וויליאמסבורג צו די סעודה".

נתי האט א כאפ געטון אפאר משלוח מנות'ן און עס אריינגעשליידערט אין זיין קאר, ער האט דוקא געזוכט קלענערע בעגס וואס ער זאל קענען גרינג שלעפן, אזוי אז ער זאל זיין באוואפנט אין פאל עס קומט אים אנטקעגן אן אומערווארטעטע שלויעכמאנעס, זאל ער גלייך האבן וואפנס אין זיין זאפאס. יעצט פורים נאכמיטאג מאכט מיין וועיפער ראל זיין וועג פון מאנסי קיין ווילי...

אזוי פארנדיג אויפן גאס אין די וויליאמסבורגע טרעפיק, האט נתי באמערקט יואלי, זיין חבר נאך פון ישיבה. יואלי איז פון די גאר הייסע חסידים, ער איז אייביג פון די עשרה ראשונים ביים טיש. און הגם רוב עולם גרייט זיך ערשט זיך צו וואשן צו די צווייטע סעודה, מאכט שוין יואלי זיין וועג, מיט זיין זיבן אינגעלעך - אלע פארשטעלט ווי רבי'ס, צום שלחן הטהור, וואס הייבט זיך נישט אן פאר א שעה ארום.

נתי נעמט זיך פייפן, ער ראלט אראפ זיין פענצטער און שרייט יואלי! סע'נייעס! שמחת פורים! עס נעמט אפאר סקונדעס ביז יואלי כאפט אז אים מיינט מען. נתי שטעלט אפ זיין קאר אינמיטן די גאס לאזנדיג אלע קארס פייפן פון אינטער אים, ער כאפט ארויס פון טראנק א שלוח מנות און געבט עס אריין פאר יואל'ין אין האנט אריין, נישט איידער ער כאפט א לעבעדיגן 'ליהודים היתה אורה' טענצל מיט זיין אלטע ישיבה חבר. נתי זעצט זיך צוריק אין קאר מיט אן אנגעשטעלטע רואיגקייט, זיך מאכנדיג כאילו ער הערט ניטאמאל די בייזע פייפערייען וואס קען טויב מאכן א בלינדן, און יואלי מאכט זיין וועג ווייטער צום ביהמ"ד, ווען אין זיין האנט האלט ער זיין נארוואס באקומענע משלוח מנות.. מיט מיין וועיפער ראל דערינען...!

יואלי, אדער וויאזוי מען קען אים ביים טיש - ר' יואל, כאפט שוין גלייך זיין מקום קבוע, און שטייט שוין גרייט מיט אן אנגעשפיצטן ערנסקייט, גרייט צו שישקענען ווען די רבי וועט אריינקומען. פון בארא פארק האבן זיך א שיירה פון חסידים באוויזן, זיי זענען שוין אויך גרייט פאר טיש, זיי ווארטן שוין מיט עקסטאז אז די רבי זאל ערשיינען צום הייליגן מעמד. פון צווישן די קבוצה איז אויך כמובן אנגעקומען שלום, ער איז דאך דא ממש ביי יעדן טיש, אזא חאניאקישן יונגערמאן ווי שלום פארפאסט נישט קיין איין טיש וואס די רבי פירט, נישטא אזא זאך. שלום האט געברענגט פאר אונזער ר' יואל א שיינע משלח מנות, זיי זענען גאר נאנט, זיי האבן שוין א חברותא'שאפט פאר די לעצטע פופצן יאר, ווי זיי לערנען אור החיים הקדוש, מיט אגרא דכלה יעדע ליל שישי. נישט האבנדיג עפעס אנדערש וואס צוריקצוגעבן, האט ר' יואל בלית ברירה צוריקגעגעבן דעם בעג וואס ער האט נארוואס באקומען פון נתי.

נאכן דערהויבענע טיש, האט שלום געכאפט זיין קאר רייד צוריק קיין בארא פארק. אנקומענדיג אהיים זע איך ווי שלום פאטשקעט ארום מיט די שלוח מנות. עפעס גרייט ער צו א שיין שטיקל.. ער נעמט פון דא און פון דארט.. כ'בין נאר נישט זיכער פאר וועמען. איך וועל ענק אויסזאגן דעם סוד.. כ'בין גראדע א שטיקל ידיד מיט שלום, אונז וואוינען אויף די זעלבע גאס, און יעדעס מאל ער פארט צו די שבתים פון ר' צבי מאיר זילבערבערג, ר' יצחק משה ערלאנגער, אדער ר' שמעון שפיצער, נעם איך גערן אריין זיין ווייב מיט די קינדער פאר די שבת סעודות. אונזערע ווייבער זענען נאך פרענדס פון סקול...

איך הער א קלאפ אויף מיין טיר, איך עפן אויף אין איך זע ווי שלום שטייט ביים טיר, איך כאפ מיך אז כ'האב טאקע נאכנישט באקומען פון אים היי יאר קיין משלוח מנות, ווארשיינליך צוליב וואס זיין ווייב איז א קימפעטארן און זאכן זענען נישט אזוי מסודר ווי יעדעס יאר, זעט אויס אז מיין נאמען האט זיך אדורכגעגליטשט.. ער האט זיך הפנים יעצט דערמאנט שפעט פורים אויפדערנאכט.

שלום אנטשולדיגט זיך איידל... "איך האב שוין די משלוח מנות אנגעגרייט אויף מיין טישל א וואך פאר פורים, אבער זעט אויס אז כ'האב עס עפעס פארזען צו שיקן"... איך שמייכל געמיטליך און נעם אריין די משלוח מנות גראד אין מיין ספרים שטוב אריין, כ'עפן עס אויף.. און יא!!... מיין וועיפער ראל האט געמאכט א פולע צירקל.. ס'איז צוריק ביי מיר אין שטוב!!!... הוואפעל החזיר על האכסניא שלה...!!!

איך גיי אריין אין מיין קיך, און איך ברענג ארויס פאר שלום'ן אויך א נארוואס צוזאמגעשטעלטע שלויעכמאנעס... פארשטייט זיך אז די וועיפער ראל וואס כ'האב אים אריינגעלייגט איז געווען וואניל.. כ'וויל נישט ער זאל חושש זיין כ'האב אים פשוט צוריקגעגעבן דאס וואס ער האט מיר יעצט געגעבן א מינוט צוריק...

אבער כ'האב מיך אזוי געטראכט בשעת מעשה... "ווער ווייסט וואס איז אלץ אריבער אויף דעם נעבעכדיגן וואניל וועיפער ראל"? אפשר וואלגערט ער זיך שוין ארום אפאר יאר אן קיין רוה, ער ווערט מעגליך פארקויפט פסח, ווערט באזייטיגט ביזן פורים סעזאן, און דאן מוז ער ווידער נעבעך טאנצן קעדאטשקע צווישן איין אידישן הויז אינעם צווייטן... ביז איינער איז זיך ענדליך מרחם, עפנט אים אויף צו דערגיין אז ער איז שוין לאנג פארדארבן... און דאן הייבט זיך נעבעך אן זיין גארבידזש איבערלעבעניש...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר