דער צעפאלענע פלאן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1445 מאל

דער צעפאלענע פלאן

שליחה דורך דיכטער »

געהייסן האט עס אז עס וועט נעמען איינס צוויי, א געשיקטע מעשה אן קיין געשלעפעכטס. למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז דער שטן האט זיך פארלייגט אויף קעסטן און כלים אז דער זאך זאל זיך פארשלעפן, און טאקע ליידער מעשה שטן הצליח, עס האט זיך פארשלעפט און פארזוימט פיל לענגער און שפעטער ווי ערווארטעט.

געווען איז עס אין א קילע פרילינג פארמיטאג. עס איז שוין נאך צענע, די געשעפטן ווירבלען שוין, די סופערמארקעטס לעבן אויף. יא, עס איז נאך רואיג און ארדענונג הערשט, אבער דאך, נישט טויט שטיל, פונקט דער געוואונטשענע באלאנס.

שלעפט זיך אלעזר מיט זיין לאנגן מאדנעם אימאידענטיפיצירטן אביעקט אין זיינע הענט. דער זאך איז דין און לאנג בערך אזוי ווי א מאנאליט און ער שלעפט עס מיט דעם פולסטן ערענסטקייט ווען דער עק דערפון קראצט דער ערד פונעם סייד-וואלק, ארויסלאזענדיג א נערווען-קריכענדע קול.

נישט פון די טיפישע משולחים און רחמנות'ער וואס וואלגערן זיך נעבעך ארום אונזערע גאסן, איז אונזער לוזער - ווי מ'האט איהם גערופן בלשון חיבה - געווען. ער איז אייגענטליך יא געווען אזוי ווי זיי, נאר ער האט - א דאנק גאט - געטראפן א באזונדערע חן אין די אויגן פון די שטאטישע איינוואוינער.

א אידל פול מיט חיות און מאטיוו. שטענדיג איהם געזען גיין און קומען, שלעפן און ברענגען. אזא ספעציעלן פערזענליכקייט איז פונקט געווען געאייגענט פאר די פאזיציע וועלכע די קלוגע, הויך-אינטעליגענטע, עליטע גרופע פונעם שטאט האבן געזוכט.

שוין א לאנגע צייט וואס עס ברענט א פייער אין די הויפטקווארטירן פון די ראשי הקהילה המאוחדת. אזוי ווי איר קענט פארשטיין פונעם נאמען וועלכע דער קהילה טראגט, איז טאקע דער שטאט ווי ערווארטעט פון א גאט-פארכטיגע קהילה, צעטיילט און צעשפליטערט אין צוויי טיילן וועלכע זענען אפגעזונדערט און צעשפאלטן ולא קרב זה אל זה כל הלילה.

די געמיינדע, אדער וויאזוי אונז רופן זיי: די געמיינער, וואס זייען אן אלע חורבנות, פירצות און מחלוקת'ער, פאררופן זיך מיטן נאמען קהילת שומרי הדת, כאילו זיי האבן עפעס מיט תורת משה. זיי זענען די מחרחי ריב, מעוררי מחלוקת, זובחי בעל, מחללי שם, כופרי נפש, עוכרי ישראל ומכפרי פשע אין אן עיבור יאר. זיי צינדן אונטער אלע פייערן און שארפן אלע שווערדן אינעם שטאט.

אונז, פון דער אנדערע זייט, זענען די עומדים על המשמר, גודרי גדר, מוחאי הבל, שורפי זבל, נוטרי כרם און שומרי העיר, וואס פרובירן מיט אלע מיטלען, וועגן און שטעגן, במישרין צו בעקיפין, בהיתר צו במותר, צו האלטן סדר און ארדענונג און צוריק פאראייניגן די צעשפליטערטע קהילה בדרך שלום ונחת.

לעצטנס האבן די געמיינע פארשוינען, לויזע עלעמענטן, פאר****ענע יונגאטשן און אומציוויליזירטע כוליגאנעס. זיך געדראפעוועט א נייע מדרגה אין זייערע שטיקעס און חילול השם און האבן אנגעהויבן רעדן וועגן טראכטן פון פרובירן צו קלערן וועגן א מהלך איבער א מעגליכקייט צו מאכן חלילה, איך וויל עס נישט ארויס זאגן דא ברבים אלס חילול השם אבער ההכרח לא יגונה... אן 'עירוב', יא, אזוי ווי איר הערט, עין יוד ריש וו בית, שמערשוויניגע!

שומו שמים! תסמרנה שערות ראש וזקן! תזדעזע ארץ ומלאה ורצון שכני סנה! ווי אזוי קענען מיר, ערליכע אידן, צולאזן אזא שרעקליכן טאט אויף אונזערע בארטן?

אז עס טוט וויי, בילט עס, זאגט מען אויף דער הונט וואס דער שטיין געלונגט. האבן מיר באשלאסן ארויסצוגיין בריש גלי און ארויסשרייען אונזערע וויי געשריי אויף דעם שוידערליכן חילול השם וואס באדרויעט דעם שטאט.

דערפאר האבן מיר באשלאסן צו רעקרוטירן אונזער לוזער אויף א ספעציעלע קאמאנדא אפעראציע וועלכע האט געזאלט מסדר זיין דעם פראבלעם אויף אן אופן וואס זאל שפארן אסאך מחלוקת און איבעריגע עגמת נפש פאר די קהילות אין שטאט.

ער האט געזאלט צוגיין אין דער טונקלקייט פון דער נאכט מיט א לייטער און שניידן די דראטן פונעם עירוב ביים עק שטאט אן דעם וואס קיינער זאל דערפון זיך דערוויסן. אונז האבן ערלעדיגט מיט אליהו'נען אז דער סוד פארבלייבט אין פולסטן געהיימניס.

און אזוי, ווען די קלי דעת, פרקי עול און מומרים להכעיס וועלן ארום גיין פרייטאג פארן זמן באקוקן דער עירוב מיט זייערע פארקרימטע אויגן, וועלן זיי פארבלייבן מיטן צינג אינדרויסן און נישט קענען טראגן אום שבת.

מיר האבן זיך דורכגעטראכט אז איי אונזערע ווייבער וואס טראגן במקום הצורך? אבער מיר האבן מחליט געווען אז מחטב שיחללו שבתות הרבה ואל יקדשו שבת אחת, בקיצור ס'גוט.

דער פראבלעם איז נאר געווען אז דער ציקער-זיסע לוזער זאל זיין געבענטשט, האט זיך פארשפעטיגט און איז אויפגעשטאנען עטוואס צו שפעט, אזוי אויך האט ער זיך צאמגעטראפן מיט עפעס א ווייסעך וואס, אנשטאט דער לייטער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דיכטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר