פסח - זמן OCDתינו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1518 מאל

פסח - זמן OCDתינו

שליחה דורך דיכטער »

יעדער געשעפט האט זיך זיין סעזאן אין יאר וואס דעמאלס מאכט ער זיין עיקר איינקונפט. ער פרובירט פארשטייט זיך, צו לייזן א פאהר טאלער אויך דורכאויס דעם איבעריגע טייל פונעם יאר אבער עס איז נישט קיין פארגלייך צו ווען עס קומט דער סעזאן, דער 'העווי סיזן'.
א קליידער געשעפט וועט ספעציעל ווערן פארנומען פאר דער ווינטער און פאר דער זומער, א ספרים געשעפט פאר חנוכה א.א.וו.

אן ענליכע ערשיינונג געפונט מען ביי פריוואטע מענטשן.
עס זענען פארהאן מענטשן וואס געווענליך, דרייען זיי זיך ארום אן קיין חיות. זיי לעבן איינפאך צוליב דעם וואס זייער הארץ קלאפט. אבער פלוצלונג קומט צו גיין א סעזאן און די חברה געבן א לעב אויף, ווי זיי זאלן ווען געפונען דער אורזאך צו זייער עקזיסטענס, ווי זייער לעבנס פראגע זאל ווען פארענטפערט ווערן.
דער טרינקער ווען עס קומט פורים, דאס איז דאך זיין טאג. היינט דארף ער זיך פון קיינעם שעמען, פאר קיינעם פארענטפערן. היינט איז ער ביי אלעמען אנגענומען, ער פילט זיך נישט איבעריג.

דער זעלבע איז ביי דער מענטש וואס גלייכט צו פעניען די נעכט און פארוויילן ביזן עלות השחר אריין, מיט שמועסן, פארטיס און פילמס. ווען עס קומט חנוכה האט ער שוין איינמאל אכט גאנצע טעג וואס ער קען פארגעסן פון זיינע שולד געפולן וואס פלאגן איהם. פאר אכט טעג קען ער וויילן און פארברענגען און ער שפירט זיך נישט אפגעפרעגט ביי קיינעם. דער בית יוסף'ס קשיא איז ער - פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה - קיינמאל נישט דערגאנגען.

די וואס האבן ליב צו פליקן זייערע טליתים פאר שחרית אויף זייערע שכנים, זענען זיך מחיה ביז טרערן מיטן לולב א.א.וו.

פסח איז דער יו"ט פאר די וואס עס איז זיי ליידער באשערט צו ליידן אויף OCD אדער אין אידיש: אק"ד (אבסעסיוו קאמפולסיוו דיסארדער).
אוי ווי די חברה קומען ארויס פון זייער באקס! זיי קריכן ארויס פון זייערע לעכער, אנטלויפן פון זייערע שטייגן און פארלאזן זייערע נעסטן. מיטן ווייזן דעם מיטלסטן פאר זייער טעראפיסט וואס ארבעט אריין אין זיי דורכאויס דעם יאר איבערמידלעך, הייבן זיי אן פריי צו לאזן דער אינערליכע רייץ צו זיין צוואנציג מיליאן פראצענט פערפעקט וואס ליגט נעבעך אזוי אונטערדרוקט אינערווייניג און ווארט שוין ארויס פאר אביסעלע לופט.

ווי די משגיחים וואס באוויינען די בחורים בין הזמנים נאכן אריין באָכענען אין זיי דעם גאנצן זמן, אזוי באוויינען די טעראפיסטן זייערע קליענטן ווען עס קומט ראש חודש ניסן. אלע היים-ארבעט, אלע איבונגען און נייע געוואוינהייטן אויף וואס מען האט זיך אזוי געמוטשעט, פון פאריאר אסרו-חג ביז יעצט, ווערן אראפגעפלאשט במחי יד.

נאך אזוי פרי ווי הארט נאך שושן פורים דערקענט מען שוין אז עס קומט זייערע סיזן. די אבסעסיע הייבט אן צו שטייגן אין ראנג פון נישט דילדן קיין חמץ אין די שלאף-צימערן ביז ווען עס ווערט א פולשטענדיגע ברעקלעכאפאביע (פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט: דער פחד פון ברעקלעך).

און איינמאל דער נייע לבנה באווייזט זיך העכערן האריזאנט, הערשט א טאטאלע פאניק ביי זיי אין הארץ. אלעס איז חמץ'דיג, אלעס מוז מען וואשן, רייבן, רייניגן, כשרן, רוימען און קערן הונדערט מאל אנקעגן די הונדערט קולות פון קשר"ק און אזוי ווי ס'דאך דא א ספק וואס דער שברים איז, דארף מען מחמיר זיין כמנהגם, לפי אלע שיטות פון אלע דיינים און מאן דאמר'ס פון אלע צייטן פון יעדער פלאץ און קרייז.

יעדער זאך וואס דער אויג באגעגענט איז א ספק פון א חשש אז אפשר איז דא א מעגליכקייט אז ס'קען זיין א שמא פון א משהו חמץ און דער ספק חשש וואס איז דא אין הארץ הייבט אן צו וואקסן ווי אויף הייוון און נאך אכצן רגעים איז עס פולשטענדיגע חמץ גמור.

און דאס אלעס איז בלויז די הקדמה צו דער אמת'דיגע חירות מיט וואס דער OCDיסט ווערט באשאנקען ווען עס קומט פסח זעלבסט.

אגאנץ יאר ווען ער וואשט זיך אפ דאס האנט פיר הונדערט און אכציג מאל נאכן ארויסקומען פון ביסכיסע, געבט ער שטארק אכטונג אז קיינער זאל נישט מיטהאלטן זיינע שוואכקייטן. ער שפירט זיך שוין גענוג פארווייטאגט און טוט עס אזוי צווישן די שורות.

אבער יעצט איז דאך דער סיזן. צו זיין שמחה איז נישטא קיין עק, זיין פרייד טרעפט קיין גרעניץ. ער קען זיך OCDען אפענערהייט און קיינער וועט נישט שענקען קייין איבעריגע בליקן, קיינער וועט נישט גיין פאר'מסר'ן זיין טעראפיסט, אלעס איז אין ארדענונג.

ער מוז זיך נישט צווינגען צו עסען פון דער ערד, ער דארף נישט קיין תירוצים אויף נישט צו עסען פון יענעם, ער קען רואיגערהייט נעמען נייע גלעזלעך פאר יעדן טרינק ביי איהם אין שטוב. יעדער איינציגע חומרא וואס פליט איהם אריין אין קאפ, קען ער זויפארט אנהייבן צו פראקטיצירן און ער דארף נישט ווארטן פאר א געלעגענהייט עס קודם צו אויספרובירן, און דאס אלס אן זיך דארפן זארגן מה יאמרו הבריות. ער איז אנגענומען צווישן מענטשן, מען רעספעקטירט איהם ווי ער זאל ווען זיין א נארמאלע מענטש. ער שפירט זיך פריי, ער פילט זיך ווי א קעניג.

ער כאפט אריין יעדער מינוט ווילאנג דער סעזאן גייט נאך אן און אוי ווי ביטער עס ווערט איהם ווען דער סעזאן קומט צו אן עק. ער ווערט אריין געשלעפט אין א טיפע מרה שחורה וואס פארנעמט שעות אויף שעות זיצן מיטן טעראפיסט, ביז ווען ער הייבט אן צו זען דער ליכטיגקייט ביים עק פונעם טונעל. נעמליך, אז נאך א האלבע יאר קומט שוין פרילינג ווידער צוגיין.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר