ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 758
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1804 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 968 מאל

ל''ג בעומר פ''ג טראגעדיע

שליחה דורך אלע צוזאמען »

מירון: שוד ושבר! שרעקליכע נייעס קומט יעצט אריין פונעם הייליג דערפל, אז לדאבון לב פון די סקריקים פון 'אש דת' און פון די 'קנאים', האט דער מדינה-געשטעלטער 'פריוקטר ההלילא' יוסי דייטש 'ביזדערווייל' אויסגעפירט און אויפן מינוט הערשט א געוואלדיגע סדר אויף הר מירון...!

ווי סאך מ'האט נאר פרובירט אנצודרייען אלימות און אומריען, האט די עצת היצר שטענדיג געווינען און עס איז ווייטער דא א רואיגקייט אויפן בארג.

מיט פארווייטאגטע הערצער האבן אלע צוגעקוקט ווי ווען דייטש האט געבעטן אז ביי ר' מיילעך'ס הדלקה זאל מען אראפגיין פון די אויבערשטע שטאקן פון די פארענטשעס צוליב סכנת נפשות, האט די עולם געפאלגט און אזוי איז 'ליידער' פארמיטען געווארן א טראגעדיע מיט וואס מ'וואלט ווען געקענט באשולדיגן די מדינה....

עיני עיני ירדה מים אז מ'איז צוגעקומען צו אזא שטאפל איז איבערן גאנצן בארג איז דא הונדערטער היימישע עסקנים פון די אגודה קרייזן רח"ל, וואס פירן א העכסט געניטע סיסטעם אויפן וועג ארויף, און אין די מערה.

שרעקעדיגע און הארצרייסענדע באריכטן קומען אריין, איז אפי' די באסעס וואס מ'האט געדארפט אפשטעלן אינמיטן וועג צוליב די מלחמה צושטאנד, האבן זיך אפגעשטעלט אין פארקינג לאטס ווי ס'איז ל"ע געווען צוגעשטעלט עסן און טרינקען בהרחבה...

די זארג איז גאר גרויס אז אויב וועט ער ח"ו באווייזען ס'זאל דורכגיין די טאג אהן שטארקע מהומות און געוואלטאטן וועט מען אפשר דאס קומענדיגע יאר הבעל"ט איבערטוהן דאס זעלביגע היל"ת!!

נצח ישראל לא...
כלל ישראל וואס איז אינטער די 'שיטה הקדושה' רופן אויס: 'מיר וועלן ווייטער טוהן כל מה שביכלתנו צו צושטערן די היינטיגע סדר אין מירון!' 'מיר וועלן נישט צולאזן אז מירון זאל ווערן א מסודר'דיגע פלאץ אנע שלעגערייען, הפגנות, און וואנדאליזעם!'
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלע צוזאמען, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר