די ארטיעפישעל פוסק הדר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איך הער..
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 03, 2023 3:00 pm
געפינט זיך: דעם אנדערען זייט סמבטוין
האט שוין געלייקט: 313 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 303 מאל

די ארטיעפישעל פוסק הדר

שליחה דורך איך הער.. »

קע"ה דער הייליגע אידיש פאלק איז ווי א יעדע  געזינטע געזעלשאפט געבענטשט געווארען מיט געפעכטען, פריווייטע אין עפענטליכע, קול קורא'ס אינטערגעשריבען אדער נישט, מיט רשות אדער אן רשות, דין תורה'ס ביים בית דין אדער ביי א שלוש, פראטעסטען פון יחידים אדער קהלות בארעכטיגט צי נישט, פסק הלכה לטובת הכלל משום טעם הלכה אדער פאר אייגענע נגיעת.

נו מיט אזויפיל חומר איז דאך ממש אומעגלעך צי ציטיילען ווער איז גערעכט אדער שילדיג, און ווער עס פאסקענט מיט ישרות אדער מיט אייגענע נגיעת, וועמען צי שטיצען אין וועמען נישט, כ'מיין עס איז דאך נאר אזוי פיל וואס אינז חברי ה'שטיבל קענען טוען.

שוין דער אייבערשטער האט ב"ה געהאלפען און  אינז לעבען היינט אין א וועלט מיט גאר פארגעשריטענע טעכנאלאגיע וואס העלפט ארויס מיט טאג טעגליכע ווערטשאפט, און אין די לעצעטע יארן מיטען אויפשטייג פון ארטיפישעל אינטעלעדזשינס  הנקרה בלשון חיבה AI, וואס עקספערטען שאטצען אז דאס וועט ממש איבערנעמען אונזער טאג טעגליכע ווערטשאפט, מיין איך אני הקטן אז ס'איז וויכטיג צי האבען א צענטראלע דעת תורה אין ווער איז דען נישט אזוי ראוי איבער צינעמען די לייצעס אין טיטעל פון פוסק הדר אין ראש גלותא ווי  הרב ר' AI שליט"א אז ער זאל פירען דעם אחינו בני ישראל אל צד יותר טוב.

נאך זיך שטארק אריינלייגען אין די ענין מיט די הילף אין שטרענגע השגחה פינעם אינטערנעט רבי הרב ר' יצחק אליעזר מאסקעוויטש שליט"א ווי אויך מיט הרב ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א מיט זייערע ברייטע קענטיסטען אינעם פעלד פון טעכנאלאגיע האבן מיר ב"ה אנגעהויבען טרענינג פארן פוסק הדר.

צי ערשט האבן מיר אנגעהויבען בויען די שפראך מאדעל מיטן געבען צי ליינען פארן פוסק סיי די "די בלאט" אין "די איד" אונז זעמער דא פאר ישרות! קיינער קען נישט האבן קיין טענות, און פאר שיער פשוט הערט דער פוסק די דרשות פון ר' שמול שלמה טעללער שליט"א איבער יסודי הדת, אין ביינאכט נאך מעריב אביסעל ספורנו זיך צי ליפטערן אביסל.

אי"ה נעקסטע וואך וועלן מיר בעזר השם אנהייבען אל הגילה, אין די בעסיק וויכטיגע חסידישע ספרים, ווי אויך א שיער מיט ר' שמשון ראב שליט"א אויף... איך בין נאכנישט זעכער אפשר מכילתא ? העמער זעהן.. 

  איך פיל באמת אז די פאריעקט וועט זיין א מוראדיגע תועלות פארן ציבור, צי האבען אן אבדזשקעטיוו דעת תורה אן קיין פריווייטע נגיעת, ווי אויך א שנאי בצע, אין איבער אלעם א גאון אדיר וואס איז א בקי אין יעדע ווינקעל אין שלחן ערוך און אין כל התורה כולה, ווי דאכצעך מער דער באבוב רבי שליט"א האט זיך אויסגעדריקט לעצטענס ביי דרשה איבער AI איז דאס אז ממש ווי די אורי ותומים.

ווי אויך וועלן מיר אי"ה מאכן א קאמפיין צי העלפען דעקען די הוצאות די ציל וועט בעזר השם  זיין זעקס מיליאן דאלער, לאמער האפען דער עולם וועט זיך ווארעם אנריפען, אין בשם השם נעשע ונצליח (איך דארף באמת נישט אזוי פיל געלט אבער אז יעדע ארגעניזאציע מאכט עס אן געבען א דין וחשבון אין דער עולם גולם געט, ני שוין מהיכי תיתי מעג איך אויך) 

שוין זאל דער אייבערשטער העלפען עס זאל זיין מיט הצלחה, אמן.
.Commen sense is not commen

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר