א שווערע טאג... אויף אלע גוים געזאגט - פארזעצונג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א שווערע טאג... אויף אלע גוים געזאגט - פארזעצונג

שליחה דורך פעדער »

באמת האט זיך עס אנגעהויבן שוין פון ביינאכט! עס איז שא שטיל....א דאמפף דערהייבט זיך אין צימער...א כראפעריי גייט אויף די העכסטע טענער...די אטמעספערע איז אנגעלייגט מיט א געדעכטע פארע...און די גערוך איז נישט צו דערטראגן...אין קורצע ווערטער, די צימער שפירט זיך ווי א גאז קאמער...

איך שלאף, ריכטיגער געזאגט פּאָף - מיט א געשמאק, מיין פנים איינגעטונקען אין צוויי גראבע פעדערנע קישענעס.. שנארכעצערייען דערגרייכן עד לב השמים...אבער זיי זענען חוצץ ויורד עד לתהום...בוקעת ופוצץ....די דיקסטע מחיצות.. זיי קומען ארויס מעומקא דליבא, מבירא עמיקתא, און הערן זיך זייער בעטענדיג, פון אנפאנג... און דערנאך, ציהט זיך דער כראפעץ אויס זייער צושטאטעלעך, אפהאקנדיג זיך און קורצע שטיקעלעך.. אבער עס געבט נישט אויף . גייט ווייטער טיפער און נידריגער...טיפער און טיפער....ווי ער זאל זיך בעטן מיט א אמת'דיגקייט...און ווען ער האלט שוין ביים טיפסטן פונקט, ביים אפגרונט פון פעפעריי...ווערט עס שטיל פאר א וויילע...און באלד פאנגט עס ווידער אן, פונדאסניי, יעצט אבער סאונד עס שוין מער בארוהיגט..אפאטעמענדיג, צופרידן , און געלאסן. אויסקוקנדיג ווי ערפילט זיין בקשה..

איצטערט גליטשט זיך דער שאנרכעץ אראפ פון א שיפע הויעכן סלייד, אויף גראדע וואסערן. און דער פארע שיסט ארויס פון די נאז לעכער, געבנדיג דעם איינדרוק, ווי דער טויטער פעיפער, חלומ'ט זיך גאר גורל'דיגע חלומות...און אזוי איז עס ווירקליך געווען, איך בין געשלאפן מיט א ברען, און זיך געפרעגלט אין מיין געלעגער, עד נשמתי האחרון... דערביי האב איך געטרוימט, פון די זיסטע אילוזיעס, און מאמענטן - וואס קענען נאר אמאהל באטרעפן א ילוד אשה...צייטן און רייכקייטן...כבוד.. און זאגאר, תקופות.. פון אזעלכע סארט, וואס נאר אין פאנטאזיע - איז זי מעגליך פארווירקליכט צו ווערן. אטא דא, אין א איינפאכע אנגענעמע שלאף, געבט מען אונז פן הימל די מעגליכקייט צו גייסטיש און אפי' פיזיש, אנטייל צו נעמען אין די פילפארביגע שטורמרישע איווענטן...

און בעצם, אפי' עס וואלט מעגליך געווען, גליסט זיך, און ווילט זיך גארנישט אנטלויפן דערפון, פארוואס זאלמען?? אז מען גיט די שאנס פון הימל דערצו, זאל מען עס פארפאטשקען מיט די אייגענע הענט? זיכער נישט?! איבערהויפט יעצט, אז מ'קען בכלל אנטלויפן. עפעס די פיס פאלגן מיר נישט. עס שפירן ווי צוויי דיקע קלעצער...צוויי באלקענעס ... א פאר צעמענטענע שטאנגען...ציוואס אפילו אנשטרענגן די מיה צו פרובירן...? ליבערשט טרוימען ווייטער..! עס איז דאך א גן עדן התחתון.. מען קען ארומשפאצירן מיט פישזאמעס צו א זכר. און קיינער זאגט נישט קיין פיפס. מען קוקט זיך ניטאמאהל אום אויף דיך...אייגנטליך ..קוק דיך גוט אום ...וועסטו זעהן אז יעדער דא גייט מיט נאכט קליידער..און קוק נאר! קוק נאר! דער בעל שמחה, בכבודו ובעצמו גייט באקליידעט, מיט א בערעלע סטערטשי, מיט פיקטשערס פון באסעלעך אויסגענייט דערויף ...עס פאנגט אהן ווערן היפש אינטערעסאנט...

אט גייט צו דער רב אפגעבן מזל טוב, און דער בעל שמחה איגנארירט אים אינגאנצן...פארוואס ? וואס האט פאסירט? פלוצלינג...כאפט דער בעל שמחה א שיסל זכר בונדלעך, און דרייט איבער דעם גאנצן קוואנטום אין צענטער העכערן רב'ס קאפ...וואס ?...יא!... אויף דעם רב ...אויסגעשיט א ריזיגע פושקע געפעפערטע זכר בונדלעך...א מאסע זכר בונדעלעך, האבן זיך אראפגעגליטשט דעם רב'ס פנים, מאכנדיג צעשטאטעלעך דעם וועג אראפ דירעקט אין זיין ברייטע באקסעדיגע בארד...זיין בארד איז געווארן באזעצט אין אינפעסטירט פון די בונדלעך..אז די קומענדיגע, וואס האבן נאך געהאלטן אינמיטן וועג אראפ, האבן פשוט נישט געהאט ווי צו גיין משום אפס מקום..האבן זיי זיך בלויז געזעצט אויף די פריערדיגע...אויפבויענדיג זיך ..העכער און העכער....די רב'ס, געווענליך שיינענדיגע הדרת פנים איז יעצט געווען איין שטיק בונדל..קוים זיין נאז - גאנץ א לאנגע...און זיינע צוויי גלאנציגע אויגעלעך, האט זיך ארויסגעזעהן דערפון ....

צו מיין ווינדער האט זיך קיינער פון די מסובים אפילו נישט אפגעשטעלט קייען פאר א סעקונדע... ווי כאילו נישט זיי מיינט מען....ווי גארנישט וואלט פאסירט...נישט נאר דאס...דער רב האט בכלל נישט אויסגעזעהן, אויפגעברויזט, מיט א געלאסנקייט, האט ער ווארעם אנגעווינטשן דעם בעל שמחה, אלע גוטהארציגע ברכות, ער האט פארשטייט זיך ארויסגעשריגן פון צווישן די בונדלעך מ'זאל אים קענען הערן. אבער חוץ פון דעם, האט אלעס געשיינט צו פארן אויף גוטע רעלסן.. האב איך איין זאך דערשמעקט.. אהא.. אכן נודע.. דא איז אן ארט ווי ס'איז אין עין צרה בחברתה, אלעס לעבט בשלום ובשלווה, אי הכי .. איז א שאד דעם פלאץ צו פארלאזן.. איך בין צוגעטרעטן צום רב, און אים געגעבן א קלאפ אין רוקן - אויף זיין ערעפלאן פידזשאמע. און זיך הערצליך באדאנקט...

דער רב האט אויפגעהויבן צוויי ליבליכע, בונדל'דיגע אויגן צו מיר, און געזאגט: פעדער'ל פעדער'ל..."דו ביסט אייביג וועלקאם ביי אונז זומער, און ווינטער, בייטאג און ביינאכט, אבער זעה נאר צו ערשיינען מיט פידזשאמעס, אנדערש נעמען מיר נישט אהן ... און פארגעס נישט, ווי לענגער אלס בעסער... ס'דא אלטע חסידים וואס זיצן דא אפ א צוועלף'ווערל, ווייניג געזאגט... אגב, מיך רופט מען בעטלאנע רב. זעה צו קומען ווי אפטער. און חס וחלילה אהן קיין הפסק..


אזוי שלאפנדיג, פיהל איך פלוצלינג, א קאלטקייט אדורך לויפן מיינע ביינער. נא..ס'קען נישט זיין ...מיך קאלט?? כ'האב דאך א דאכענע, גרויס פון דא ביז פאריז? ס'הייצט אפי' אין די סיבירער קעלטן.. ווי א שלאנג געביסענער בין איך אויפגעשפרינגען .. וואס איז יעצט? האט זיך א געשריי ארויסגעריסן פון האלז....ס'קראצט..וויי ס'קראצט....אינסטינקיוו האבן מיינע הענט זיך געוואנדן צו די אונטערשטע חלק פון די פיס, ווי זיי האבן אנגעהויבן קראצן, מיט א אויסטערלישע רשעות און פייער.... אזא מערדער... דער מאסקיטא... ווען איך קען אים כאפן.. וואלט איך אים צע'הרג'עט און צע'שחט'ן אויפן פלאץ!!! קראץ...קראץ...קראץ...קראצראץ...קראצראצראץ...קראצראצראצראצץ..
קראץ...קראץ...קראץ...קראצראצראצראצראצ....

איך בין אן אפגעשוואכטער צוריק געפאלן אין בעט, מאכטלאז. כ'האב געטראכט ביי מיר, וואס האט דער מאסקיטא געטוהן?....פארוואס האט ער עס געטוהן?? דער אכזר!!.. כ'האב געדמיונ'ט ווי ער איז זיך באקוועמערהייט געשטאנען אויף מיין ווייכע פיס, לאכענדיג צו זיך מיט א אנטיסעמיטישע שמייכל, זינגענדיג זיך אונטער... הא.. הא.. הא.. אזוי פיין זאל זיין ! גוט פאר אים! דער נארישער צוויי פיסיגס... אוי העט ער באלד שפרינגן... אוי העט עס אים בייסן... מיט א ווילדער שנאה, און האס שפריצנדן געזיכט, האט ער אריינגעשטאכן זיין בלוטיגע, שטעכערל.. און גענומען זויגן... זויגן... זויגן... זיין פלאטערל האט זיך געהויבן מיט פרייד.. בעת זיין בויכל האט זיך אנגעפאקט מיט מיין שווער אנגעהארעוועט בלוט...

אוי וויפיל לעבלעך בראטלעך איך האב פארצוקט, צו אנזאמלען די אפגעשפארטע בלוט...און דער מאססססקקקקקיטא, כ'האב עס נישט געקענט ארויסזאגן אן דריקן אויף יעדע ווארט מיט א פארביסנקייט, און ווייטאג..! מיינע געדאנקן האבן ווייטער זיך געפלאכטן...ענדיגנדיג זיך אנטרונקען פון מיין זיסע טייערע בלוט . פאר מסתם, א צירקע שעה.. האט ער שטאטערהייט ארויסגעצויגן זיין לאנגע ברייטע שטעכער, און פאר ער איז אפגעפלויגן - ארויסצוקנעטן זיינע פרישע מערדערישע בלוט צאפער אייעלעך - האט ער פאר רשעות נאך אמאהל געגעבן א שטעך אריין אין מיר.. סתם פאר די פאן...

די רויטע באבל, האטצעך שוין ווידער ערוועקט, און בשעת איך האב ווייטער געקראצט דעם בערגל. האבעך דאן עפעס באמערקט... מאדנע כ'האב עס נישט געזעהן ביז יעצט.. א פרירנדע קעלט האט מיר באנומען... מיין דאכענע..??? מיין ווארעמע קאלדערע...??? פארשוואונדן פון דעם האריזאנט....!!! נישטא!!! אוי וויי!!! אזא שווערן טאג געהאט היינט!!! נאך פארן זוהן אויפגאנג.... רבש"ע.. מיינע לעפצן האבן גלייך גענומען שעפשען אמר ר' עקיבה, אמר ר' ישמאל , אמר ר' בינימין, ענדליך .. נאך עטליכע אייביגע מינוטן האב איך אים געזעהן ליגן אויסגעשטרעקט אויף אלע פיהר, אויף דעם שמוציגן דיל..פעך..פעך...פעך.. א שרעק האט מיך געכאפט..טראכטענדיג ווי לאנג, דער דאכענע ליגט שוין דארט?! ווי לאנג איך בין געווען דאכענע-נאקעט.. אוי וויי..!! וויזוי וועלאיכעס קענען באצאלן..?? אזויפיהל שעה צו שלאפן .אויפגעדעקט?? וואס וועט בעטלאנע רבי זאגן דערצו???

איך האב שוין יענע נאכט נישט געקענט שלאפן. ווי א משולח אין הקדש - האב איך מיך געדרייט אין בעט -ארויף און אראפ..! רעכטס און לינקס. כ'דריי מיך צוקאפנס.. א מינוט דערויף, ניין צופיסנס.. צוויי מינוט שפעטער, ניין אפשר אין די ברייט..אביסעלע שפעטער, כ'על זיין מער פונקטליכער - א האלבע שטונדע ארום, צוריק צוקאפנס, אבער דאס מאל האב איך געכאפט דעם פארטל, און געלעזט . ס'איז דעפענעטלי די קושן . ס'איז צו הייס און אריינגעקוועשט, במילא ווערעך צוהיצט, און מיין פנים זינקט איין אינעם קישן, נישט צולאזנדיג קיין לופט פאר די נחירי חוטם..

סא מ'מוז טוישן די יוצרות. די אויברשטע קישן, איז אבליגירט צו גיין אינטן . און די הינטערשטע, ברויך איבערגעדרייט ווערן קאפויער. יעצט און צוגאב צו דעם דארפן תרווייהו זיך אויסדרייען אינגאנצן , מיט'ן רוקן צו מיך . אזוי אז די אויפגעיורענע פּאָפי זייט, זאל קוקן אין מיין ריכטונג. און ווען כ'על אראפפלאטשן דעם קעפל, וועט עס צודריקן די אויפגעפאנטשטע זייט פון די פעדערן , וואס ליגט איצטערט פון אינטן...דאס קוקט אויס צו זיין א געוואלדיגע אויפטוה.. יעצט, בנוגע די קאלטע חלק. די צדדים זענען זייער סימפל..אמת! אז כאטשיג ס'איז יעצט נאך פארעלטניסמעסיג קאלטליך. אבער וואסהעט זיין א מינוט ארום,? מיינע באקן וועלן דאך ברענען ווי די קעראמעטאריומס..? נא.. נא..נא.. נישט דאגה'נען..פארפאלן . אין אזא צייט וועלעך מוזן עפענען די שויבן, און האפענטליך וועט א קיל ווינטל, האלטן די טעמפאראטער צוגענגליך.

נאכאלץ אבער, האב איך נישט גערוהט, עפעס האט געקראצט אין די הינטערשטע חלק, די פיס זענען נישט געלעגן אזוי סטראטעגיש, און די בלוט צורקולאציע אין די הענט האטצעך ערגעץ וואו אפגעשטעלט, אוודאי אזוי, ער ליגט באוועגלאז, אינטערן בויך, פאר א קנאפע 15X60 סעקונדן וואס קומט צו א חשבון פון 900 סעקונדעס...!!! זיכער איז ער טויט..געלעמט...?! וואסטע געמיינט ? אז נישט?!

כ'האב מיך ווידערנסמאהל, פאזיציעט און געפרובט צו סעטלען מיין קערפער אויף א צופרידנשטעלנדן אופן..אבער אהן ערפאלג..איך האב געאטעמט ביטער שווער...ווי א בער, האב איך געזיפעט..קוים קוים כ'האבמעך מיט איבערמידליכע כוחות געפינען א ארט, און אנגעהויבן ארבעטן, אויף א הפנאזיע מיטל איינצושלאפן....כ'האב מיך נישט גערירט קיין גליד שוין פאר 20 לאנגע מינוטן...כ'האב אפגעציילט כמעט, 2000 שעפעלעך, און אפ' דער באמבע מאסקיטא בייט - וואס האט געביסן און געריסן - אהן אויפהער. האב איך מיט אייזערנע צוואנגען זיך איינגעהאלטן צו קראצן..אפ' איינס...!! נאר איינס...!!! איין מאסיווע גראבע קראץ.. און פארטיג, האט מיך דער יצר הרע געפייניגט מיט זיין שרעקעדיגע שטימע (ווי אין די חדר וועלט טעיפ) "נאר איין קראצעלע..פעדער'ל ..!! דו וועסט זעהן....ס'וועט גארנישט געשעהן ....!! קוק נאר ווי רויט און זיס דער מאסקיטא בייט איז...(באלד אזוי ווי שלומי'ס עפל.) דער באנדיט דעי מאסקיטא..!! לערן אים אן.!! לאדעך נישט.! וועה. וועה..וועה...האבן זיינע צוצקערייען געברומלט, און געבאמבלט אין מיין אויער...

ניין..!! ניין..!! האב איך צוריק געשריגן, ס'איז אלעס עצת היצר...כ'על דיך נישט פאלגן די שלעכטע יצר הרע..דער בעטלאנער רבי לאזט נישט..!! דו ווילסט אנדרייען איך זאל פארשפעטיגן דעם טיש....!!! ניין ..ס'עטצעך דיר נישט איינגעבן!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פעדער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר