דורך שלום שטיסל » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 4:16 am
נאכ'ן נישט דא זיין פאר א תקופה בין איך אריינגעקומען פאר א ביקור בזק, כ'ברויך דאך מיטהאלטן דאס לעצטיגע און בלייבן אינפארמירט מיט דאס מארגענדיגע. כ'עפן איין טיר, כ'בייג אריין דאס גולגולת מיינס, כ'זעה א פארלאשענע לעקטער. כ'עפן דאס צווייטער טיר, טאקע אין העמק דבר, דארט ווי די לייבן פלעגן אמאל ברומען, כ'זעה ס'וואקסט שוין שימל אויף די שויבן, און אזוי ווייטער, אלעס איז שטיל.... שא...
פלוצים זעה איך א לעקטער פון דערווייטענס, איך לויף גיך, 'פאר ווער עס קען נישט שלאפן' ליינט ער זיך. מיט א שטראל פון האפענונג, אז טאקע איצט ווען ס'קוקט אויס ווי מ'פראוועט שוין נאכט פאר דריי וואכן גיי איך דא אנטרעפן די חברה, אמער 'וויפיל איז די שיעור פון שלאפן', ווער קען נאך שלאפן? אוודאי איז יעדער דא פארזאמעלט... אבער מה נאמר, כ'בין פארגליווערט געווארן ווי גאלע זעענדיג אז יעדער שלאפט!
ועל זה בכה רבי ואמר: וואס וועט זיין מיט די מוסדות....