כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש מאי 31, 2014 10:17 pm

קאווע זאגסט דאך (אדער דער רבי זאגט) אזוי גוט. בפרט איידער די שלשת ימי הגבלה קומען צו גיין, איז די דרך ארץ גאר וויכטיג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15204
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18307 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מוצ"ש מאי 31, 2014 10:46 pm

די "קרעפ"על תורה פון לעצטע יאר ווערט יעצט צודריקט, און ווען זיין צו באקומען און געציילטע טעג.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4861
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9849 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9514 מאל

הודעהדורך מ גפני » זונטאג יוני 01, 2014 5:25 pm

קען איינער פון די הייסע חסידים אראפשרייבן וואס איז דעם רבי'נס מעניו ביים מילכיגן טיש?
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 464 מאל

הודעהדורך פארוואס? » זונטאג יוני 01, 2014 6:19 pm

מ גפני האט געשריבן:קען איינער פון די הייסע חסידים אראפשרייבן וואס איז דעם רבי'נס מעניו ביים מילכיגן טיש?

וויבאלד מילכיגס ווערט געווענליך געסערווט קאלט, וואלט איך נישט געראטן צו הערן א באריכות פון די הייסע חסידים, די גאנצע טעם וועט אוועק גיין.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 916
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
האט שוין געלייקט: 1510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

הודעהדורך עוד מישהו » מאנטאג יוני 02, 2014 5:30 pm

רבינו שליט"א האט געזאגט א מורא'דיגע חידוש פארוואס מעסט מילכיגס אום שבועות. איך ציטיר פון דא"ח.
"שטייט אין די וואכיגע סדרה, ובאו כולם בברית יחד, נעשה ונשמע אמרו כאחד ופתחו וענו ה' אחד ושמו אחד, ברוך הנותן ליעף כח.
לכאורה שטעלט זיך א שטארקע קשיא, צו וואס זאגט מען דאס יעדע וואך ביי שלש סעודות? נאכמער פון דעם וואס איז די קשר צווישן ובאו כולם מיט הנותן ליעף כח?
האט רבינו שליט"א באריכות מסביר געווען ביי ס"ג, פאריאר די ערשטע טאג שבועות, היות אז די מנהג איז ביי אונז אין מילקשעיק צו טרונקן א מילקשעיק על בסיס סטראבערי אויף שלש סעודות, כמנהג אבותינו וואס האלט אז מדארף דאס עסן מיט קריעם, עאכו"כ ווען סקומט די פרשה פון ובאו כולם בברית יחד איז אן אייניקל פון א קל וחומר אז מדארף עסן סטראבערי בעיסד מילקשעיק.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 1:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך לעמיל » דינסטאג יולי 22, 2014 4:48 pm

א נייע רבי וואס טרינקט מילק שייקס הגר"מ מוויזניץ
http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog-post_3608.html
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 17, 2014 2:36 pm

ברעיקאינג!!!!!!!!!!!
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איז באפוילען געווארן דורך משי-זהב צו נעמען א טייל אין די זיך-אנגיסען-מיט-קאלטע-וואסער אויסברוך צווישען די גרויסע-לייט!!!
הכונו למעמד שפיכת מים קרים.
די רבי שליט"א וועט נאכן מעמד מגלה זיין פארוועם ער גיבט איבער די הנהגה אז די קייט זאל זיך ווייטער ציען!
פאר מער אינפא
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 11:52 pm

היינט ביי שלשידות האט דער רבי געטייטש, בערב תאמר מי יתן בוקר, ס'דא אינגעלייט וואס זאגן נישט קיין סליחות, מ'פרעגט זיי וואו ביסטו געווען ביי סליחות ביינאכט, ענטפערן זיי אז זיי זאגן סליחות אינדערפרי. ובבוקר תאמר מי יתן ערב ודוק. ודפחח.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:01 pm

ביי די תקיעת שופר דרשה האט דער רבי זיך שטארק מתמרמר געווען בדמעות שליש אויף די היינטיגע רעבבעס, וועלכע מיינען אז זיי שטייען העכער פון גאט ב"ה, און זייערע חסידים דינען דעם רבי'ן, נישט דעם בורא כל עולמים, און דער אויסגאבע "כל העולם כולו" מיט די בילדער איז געווארן ממש אן עבודה זרה ביי די יוגנט, ואוי לעינים שכך רואות וכו', האט דער רבי געטייטשט, דאס בעטן מיר, "מלוך על כל העולם כולו בכבודך" ,ודפח"ח.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15204
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18307 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:08 pm

ביי מיטאג טיש האט דער רבי ממשיך געווען, אז "גם כל העולם כולו חל מפניך", אפילו די נידריגע כל-העולם-כולו צדיקים, ווען ס'קומט ראש השנה כאפן זיי, אפילו זיי, אויך א פחד מיום הדין.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:08 pm

ווי זאגט מען נאר נאך פון יארמע (45) רב זצ״ל? (א קרומע אייניקל פונעם אייז־קריעמער תליט״א) כל העולם כולו איז א פירוש חי אויף מסכת עבודה זרה...! ודו״ק ודפח״ח וק״ל וד״ל
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:09 pm

קאווע טרינקער האט געשריבן:ביי מיטאג טיש האט דער רבי ממשיך געווען, אז "גם כל העולם כולו חל מפניך", אפילו די נידריגע כל-העולם-כולו צדיקים, ווען ס'קומט ראש השנה כאפן זיי, אפילו זיי, אויך א פחד מיום הדין.

נעה, דאס איז נאר געווען בשעתו...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:27 pm

די רבי שליט"א האט גע'חתמ'ט לטובת די גלאבאלע שבת פרשת נח קירוב.

פארוואס איז נאכנישט דא קיין אשכול?
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:37 pm

אינטערעסאנט כ'האב נישט געזעהן אינעם גאנצן אשכול אז איינער זאל צוברענגן די כפרה שלאגן מנהג בבית מילקשעיק.

אין די לקוטים פונעם מיטל'ן מילקשעיקער, דער הייליגע מילקמעלקער, ווערט געברענגט די הפלא'דיגע מנהג בשם החסיד רבי מייליך קו, וזל"ק:

בימים שבין ראש השנה ליום כיפור, נהג רבינו לסבב את עצמו עם עזרת הגבאים מעל ג' תרנגולים, אחד זכר ושתי נקיבות. וטעם ב' נקיבות הוא בלשונו הזך משום: "איך האב מער ליב מיידעלע פלייש". בשנים האחרונות כשחש כוחותיו הטהורים, הביאו לפניו העליקאפטער לקיים המנהג מעל התרנגולים.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4861
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9849 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9514 מאל

הודעהדורך יין שרף » מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:43 pm

ווער רעדט נאך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ״נפש תחת נפש״ פונעם רעבין... אזא שטויס געגעבן...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך אויליגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:56 am

גראדע איז געווען א קפיידע נישט צו שלאגען אין א דינסטאג (כידוע איז דאס די טאג וואס דער אייזעל איז אראפגעקומען אויף די וועלט)
און אויך נישט צווישען 6-7 פארנאכטס אין די רעבע איז געווען זייער שארף קעגן די מנהג בורות צו מקיל זיין אויב מזאגט אב הרחמים
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך אויליגער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:58 am

יין שרף האט געשריבן:ווער רעדט נאך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ״נפש תחת נפש״ פונעם רעבין... אזא שטויס געגעבן...

איין יאר שנת לרפ"ק לפ"ג האט די רבי משתין געווען אויפן כפרה אנשטאט די שטויס.
ומי יבא בסוד קדושים...
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:32 am

געווען איז עס א פשוטע נקמה, נאכוואס די אלטע חסידים פלעגן דערציילן אז פאר די מלחמה פלעגט די רבי אנטוהן א שווארצע קאלפיק פארן שלאגן כפרות אין אויסגעטוהן האט ער א ווייסע... ויהי לפלא!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יין שרף אום דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:35 am

בכלל האט מען עס נישט גערופן ביי אונז שלאגען כפרות נאר שטויסן כפרות...
איין מאל האט די רבי געבעטן א קי, נישט וועלענדיג יוצא זיין בדיעבד מיט די ״כ״פרות נאר מיט די פרות אליינס...
(אבער די רעבעצין איז געווען צו העווי... האט מען גענומען א תרנגול ע״ש שהיה מצוי אצל יענצלו כתרנגולת)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:00 am

יין שרף האט געשריבן:ווער רעדט נאך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ״נפש תחת נפש״ פונעם רעבין... אזא שטויס געגעבן...

נישט נאר אויף כפרות, ער פלעגט שטויסן מענטשען אויך. כידוע.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 4:08 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:ווער רעדט נאך וויאזוי עס האט אויסגעזעהן די ״נפש תחת נפש״ פונעם רעבין... אזא שטויס געגעבן...

נישט נאר אויף כפרות, ער פלעגט שטויסן מענטשען אויך. כידוע.

נישט נאר ער פלעגט שטויסען, ער האט צוריק געכאפט פון זיינע חסידים אזעלכע זעצעס אז סאיז געגאנגען א רויעך עד לב השמים
דאס איז געוועהן דער מנהג אין בית מילקשייעק ביים רעבין זכיגעלייגי נאך מבית אבותיו ורבותיו
היינט האט זיך געטוישט דער מנהג נאר דער רבי שטויסט אין די חסידים זענען נישט ערלויבט צו שטויסען כמקדמת דנא
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:25 am

די לעצטע איז נישט ריכטיג, סתם שאולזאהנ'ס דמיונות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15204
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18005 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18307 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:01 am

ווער האט געשיקט די דמיונות צו שאולזון אויב נישט פון די קראנטע מקוירעס פון חאצער הקודש מילשקייעק?
מסתמא זענט איר געוועהן ביי רבינו הקדוש ממילקשייעק זצעלאלהה״א נאר בסוף ימיו, סאו געדענקט איר נישט וואס איז געוועהן אין די גוטע יארן אבער מיר געדענקען יא אין סאיז געוועהן גוטע צייטען
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:05 am

טאקע שאולזאהן האט עס געשריבן, אבער לכאורה נישט קיין פוסטע דמיונות נאר זייער קראנטע אינפארמאציע.
ער שרייבט קלאר ארויס אז ער האט עס באקומען פון א. מילקשעיקער חסיד...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2158
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2701 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג אקטאבער 12, 2014 9:45 am

נעכטן ביי עלינו לשבח נאך מעריב האט רבינו שליט"א זיך צושריגען הויך "מתחת אין עוד"!
הרה"ח קלונימוס שאפראן שליט"א פון אנטוורפן, א רעכטע אייניקעל פון הרה"ק ר' שמשון דער פארעווער זי"ע האט געפרעגט דעם רבי'ן די כוונה.
די רבי האט אים ליבלעך געענטפערט: גארנישט ספעציל, סתם געוואלט מעורר זיין אז פאר די אונטערן איז מער נישט דא קיין טיקעטס.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8516 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט