בלאט 18 פון 19

הודעהפורסם: זונטאג יוני 11, 2017 1:44 am
דורך שמעקעדיג
איך הער אז שפעט ביינאכט ווען רוב עולם איז שוין אהיימגעגאנגען האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת אשר ללוים מבן חמש ועשרים שנה ומעלה יבוא לצבא צבא'.

איימיצער ווייסט וואס איז געווען דער סך הכל פונעם שמועס?

הודעהפורסם: זונטאג יוני 11, 2017 8:51 am
דורך קאווע טרינקער
יא, רבינו שליט"א האט מאריך געווען אז "צבא" מיינט חלילה נישט א מיליטער, והראיה, אין ערגעץ אין די תורה שטייט נישט וואספארא יוניפאורם זיי האבן אנגעטוהן. אלא מאי, צבא איז א ענין פון עבודת השם, וכו',

צום סוף האט רבינו שליט"א זיך אויסגעדריקט "א שאד צו רעדן... דר'עולם איז פארזונקען אין ציונית..."

הודעהפורסם: זונטאג יוני 11, 2017 12:48 pm
דורך בן אדם
ס'איז דא א טעיפ? ( העי, רעד דיך נישט איין אז איך האב נישט...!)

הודעהפורסם: פרייטאג יוני 16, 2017 8:12 pm
דורך קאווע טרינקער
רבינו שליט"א וועט געבן א שיעור כללי בעניני גיוס וכינוס, לטובת די בעלי מלאכה וואס האבן געארבעט א גאנצע וואך, און זענען ליידער אומוויסענד אז די גולה איז כמדורת אש און אז ירושלים געט איר קולה.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 20, 2017 1:27 pm
דורך אייז קריעם
דער רבי האט זיך היינט צופייערט וזל"ק:
נישט בחינם רופט מען מיך דער מילק שעיקער, איך האב נאך און מיין לעבן קיין ווארט שקר נישט געזאגט"
ודפח"ח

Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 20, 2017 2:22 pm
דורך יעלה ויבא
לויט ווי די מקורבים געבן איבער וועט זיך די רבי שליט"א משתתף זיין ביי די חתונה און היכל הקודש.

lead, follow, or get out of the way!

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 20, 2017 4:22 pm
דורך קאווע טרינקער
יעלה ויבא האט געשריבן:לויט ווי די מקורבים געבן איבער וועט זיך די רבי שליט"א משתתף זיין ביי די חתונה און היכל הקודש.

lead, follow, or get out of the way!

פלענער האבן זיך געטוישט די לעצטע מינוט צוליב אומפאראויסגעזענע יונגען עלטער פון חתן כלה.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 20, 2017 4:51 pm
דורך געוואלדיג
״באריכט אויסשליסליך צו קאווע שטיבל״

רבינו שליט״א׳ס הויז בחור גיבט איבער טיפע פארדרוס אויף די באריכט כאילו ווי עס איז פארהוילן געווארן מעיניו הבדולחים די געבורטס דאטום פון די היינט נאכטיגע חתן כלה, רבינו שליט״א האט זיך געבייזערט כהאי לישנא ״ווערעס קען פונעם טרינקען נישט פטור ווערן, שתו בשמים פיהם״ היל״ת,

נאר צו קלאר שטעלן אז די סיבה פארן רבינס אי השתתפות איז מחמת איז מחמת עפעס א גילוי פון הימל עפעס ווי רודף אחר בורח ממנו, ואין אתנו יודע עד מה.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 20, 2017 8:21 pm
דורך בן אדם
די רבי האט היינט געלאזט וויסן פאר די גאר נאנטע מקורבים בבית קדשו זיין רצון אויפצונעמען הרבני הנגיד מגדולי תומכי מוסדותינו חדב"ן הרב ר' יואל חיים קושניר שליט"א אלס נואם הכבוד פאר די בעפארשטייענדע דינער לטובת ישיבתינו החדש, זאגענדיג אז ער האט שוין פונלאנג געוואוסט אז ער איז א נואם בחסד עליון אבער ער קען נישט מגלה זיין קיין פרטים וכו'.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 20, 2017 8:22 pm
דורך איסר האטלקי
געוואלדיג האט געשריבן:״באריכט אויסשליסליך צו קאווע שטיבל״

רבינו שליט״א׳ס הויז בחור גיבט איבער טיפע פארדרוס אויף די באריכט כאילו ווי עס איז פארהוילן געווארן מעיניו הבדולחים די געבורטס דאטום פון די היינט נאכטיגע חתן כלה, רבינו שליט״א האט זיך געבייזערט כהאי לישנא ״ווערעס קען פונעם טרינקען נישט פטור ווערן, שתו בשמים פיהם״ היל״ת,

נאר צו קלאר שטעלן אז די סיבה פארן רבינס אי השתתפות איז מחמת איז מחמת עפעס א גילוי פון הימל עפעס ווי רודף אחר בורח ממנו, ואין אתנו יודע עד מה.

פון הונטער די קוליסן האב נארוואס געהערט אז די רבי שליט"א פלאנט זיך יא משתתף צו זיין ביים סוף פון די מצוה טאנץ, נאר צוליב מורא פון דרוק וואס קען קומען פונעם צד שכנגד (א שידוך וואס איז געווען גערעדט פאר איינע פון די צדדים, ואכמ"ל מפני הכבוד) וויל די רבי נישט מודיע זיין פון פאראויס.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 20, 2017 11:18 pm
דורך קאווע טרינקער
זאלן אלע מתנגדים קראכן. מילקשייק איז די עלטסע אשכול אין קאווע שטיבל וואס איז נאך אלץ אקטיוו. אע"פ וואס איז האבן שוין מיטגעמאכט אזויפיל צרות, די רבי'ס פטירה, און נאך...

מילשעיק וועט בלייבן א אשכול ביז משיח וועט קומען.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:11 pm
דורך קאווע טרינקער
רבינו שליט"א איז געווען פריער ביים טייך, געמאכט אפאר טבילות, נכנס בשלום ויצא בשלום. ימים על ימי...

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:16 pm
דורך newkave
די רבי פארט קיין גואטעמאלא גומר זיין דעם שידוך פון זיין ינוקא, מיט די עלסטע אור אייניקל פון די נייע רבי פון לב ט-הור תמלועכ''י

Re: כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט נישט זיין חנוכה אין פאר-ראקע

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:18 pm
דורך קל וחומר
רבינו שליט"א האט זיך פריער געזעצט מיט 'חכמת שלמה' און אים געבעטן צו מאכן עפעס גוטע מטעמים פון אים אויך.
חכמת שלמה האט געענטפערט אז ס'קען חלילה ברענגן הרהורים אזעלכע ווי סופו מעיד על תחילתו וכדו' אויף וואס די רבי תמ"ל זי"ע האט שטארק מקפיד געווען.
האט די רבי געבעטן אז ער זאל אריינקומען מיט א פרישן ניק און טוהן די ארבעט.

ווארט מיר צו זעהן וויזוי זאכן גייען זיך אויסקאכן.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:40 pm
דורך קאווע טרינקער
ביטע נישט אריינמישען אונזער רבי שליט"א המ"ע אהש"ל אין פאליטיק.
כידוע רבינו שליט"א המ"ע אהש"ל שטייט ווייט פון יעדע נדנוד מחלוקת, אזוי ווייט אז רבינו שליט"א המ"ע אהש"ל רעדט נישט מיט זיין עלטערע ברודער, כדי נישט נכשל צו ווערן מיט כבד את, את לרבות אחיך גדול, גדול בשנים, אע"פ וואס רבינו שליט"א המ"ע אהש"ל איז גדול בחכמה און אפילו במנין.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 2:46 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר די וואס שעהמען זיך צו פרעגן, המ"ע איז ראשי תיבות פון הוא מאירת עינינו, און אהש"ל איז ראשי תיבות אשרי העם שככה לו.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 17, 2017 9:16 pm
דורך קאווע טרינקער
רבינו שליט"א המ"ע אהש"ל איז ארויס צו מנחה מיט א גראגער, צום וואונדער פון די חסידים...
עפעס האט די רבי געמורמעלט graggor..? וואס מיינט די רבי המ"ע אהש"ל?

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 18, 2017 2:51 am
דורך cictim
:Gregor
the most irritating person you could ever meet and you want to punch him in the face all the time yet you still find him as someone who is ok to hang around with
.from time to time
http://www.urbandictionary.com


מרמז געווען אויפן רבי'ן תמ"ל, ברויך מען וויסן וואס איז דאס תמ"ל, גיימיר נאכאמאל אהין:

TML
Word Origin
a colorless liquid, insoluble in water, slightly soluble in alcohol and benzene, used as an antiknock agent in gasoline

מסתמא פלעגט ער זיך מיט דעם מדבק זיין ונשאר דבוק באתדבקותא תמ"ל.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:46 pm
דורך הר הבית
~קול רנה וישועה באהלי צדיקים~

מזל טוב פאר
כ"ק מרן רבינו שליט"א קמ"מ אאוא"ת
פאר'ן שידוך שליסן פון זיין חשוב'ן זיין
הבה"ח הרב יוסף טובי' ברוך צבי מאיר יעקב
עב"ג
בת כ"ק גאב"ד טשיסקעיק שליט"א
בן כ"ק אדמו"ר מ'סלירפי שליט"א

דער רבי וועט אפנעמען מזל טוב'ס פון תענית אסתר ביז פורים.

~ובכן צדיקים יראו וישמחו וכו'~

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 20, 2017 1:39 pm
דורך diff
כמיין א אנדער ניק נאמען וואלט מער געפאסט אויף זיך נאריש מאכן

#שועלים-הלכו-בו

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 20, 2017 6:08 pm
דורך שמעקעדיג
איך האלט אויך אזוי, הר הבית? מאך עפעס א דיפפ. ניק.

הודעהפורסם: זונטאג יולי 23, 2017 8:14 pm
דורך בן אדם
די רבי זז"ג זיצט שוין מיט'ן שטריימל אין בעקישע. די גבאים גרייטן זיך שוין בדחילו ורחימו אויף דעם אנקום פונ'ם רבינ'ס לעדערנעם וועקער מיט דעם גאלדענעם פרעים. מ'זאגט אז יעצט וועט עס זיין נאך שענער ווי ביז יעצט אדאנק דעם רבינ'ס נדבן הרוצה בעילום שמו.

הודעהפורסם: מאנטאג יולי 24, 2017 10:41 am
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:אפשר פארמאכט מען דעם אשכול?

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 6:43 am
דורך שבת אחים
איינער ווייסט אויב כ"ק אדמו"ר מ'מילק שעיק וועט זיין חנוכה אין פאר-ראקעוועי?

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 12:46 pm
דורך בן אדם
ס'האט היינט געדארפט פארקומען א מסיבת לחיים לכבוד די יארצייט פון דעם פריערדיגן רעביצן אבער די רבי האט נעכטען נאכט באפוילן עס אפצורופען. היינט אינדערפרי איז געווען א מורא'דיגע מצב, ס'האט זיך ממש געפילט די אנגעצויגנקייט אין די לופטן. ס'איז היינט געווען א תפילין לייגען, אבער די רבי זז"ג - ווי איינער פון די זקני החסידים האבן עס מגדיר געווען - איז בכלל ניש דא געווען ! ס'האט אויסגעזען ווי ער האלט נישט קאפ מיט די צאל פון כריכות, און וועלכע איז די של יד און וועלכע די של ראש וכדו', בכלל איז די דאווענען געגיינגען היבש שנעל אחוץ ביי כזבנו לצנו מרדנו נאצנו ווי די אבי האט שטארק מאריך געווען. אויך געבט מען איבער פון שטוב אז די רבי האלט אין איין מורמלען דעם פסוק 'את אשר יגורנו בא' ומי יעמוד בסוד קדושים...!